רוי:שטרויס

פון המכלול
ווערסיע פון 20:41, 12 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " מע " ב־" מען ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א שטרויס

דאָס וואָרט שטרויס פאַררופט אויף איין זגאַל אָדער צוויי זגאַלן פון גרויסע, ניט־פליִענדיקע פויגלען, וואָס האָבן זייער אָריגינעלן היים אין אַפריקע. זיי זענען די איינציגע מיטגלידער פונעם מין שטרויספויגלען (סטרוטיאָ אָדער Struthio), וואָס איז די איינציגע אויסהאַלטנדיגע צווייג פון דער משפּחה שטרויסן (סטרוטיאָנידעי, Struthionidae). זינט 2014 מאַכט מען אַ קאָנטראַסט צווישן דעם געווענליכן שטרויס און דעם סאָמאַלישן שטרויס, וואָס איז איצט אַ באַזונדערער זגאַל.

דער שטרויס איז אַ טייל פון דער אָרדענונג לויף־פויגלען (סטרוטיאָניפאָרמעס אָדער Struthioniformes), צוזאַמען מיט די קיוויס, די עמוס, די ניאַנדוס און די קאַסוּאוואַרעס. ער האָט אַ באַזונדערען געשטאַלט, מיט אַ לאַנגן האַלדז און לאַנגע פיס, און ער קען לויפן ביז אַ גיכקייט פון בערך 70 קילאָמעטער אַ שעה, וואָס איז די געשווינדעסטע לאַנד־גיכקייט פון אַלע פויגלען. דער שטרויס איז אויך דער גרעסטער זגאַל פון אַלע לעבנדיקע פויגלען, און די נקבה לייגט די גרעסטע אייער פון אַלע לעבנדיקע פויגלען (די אויסגעשטאָרבענע העלפאַנד־פויגלן פון מאַדאַגאַסקאַר און די ריזיקע מאָאַס פון ניי־זיילאַנד פלעגן לייגן גרעסערע אייער).

די דיעטע פונעם שטרויס באַשטייט לרוב פלאַנץ־מאַטעריע, כאָטש ער עסט אויך אָנשדרהדיקע חיות. ער לעבט אין אַ נאָמאַדישער גרופּע פון 5 ביז 50 פויגלן. ווען ער דערשנאַפּט אַ דראָונג, דער שטרויס וועט אַנטלויפן אָדער זיך פאַרשטעלן, ליגנדיק אויפן גרונט. אויב ער ווערט געכאַפּט אין אַ ווינקל, קען ער געבן אַ קאָפּע מיט זיינע שטאַרקע פיס. די פּאָרונגצייט־מוסטערן שיידן זיך אונטער לפי דעם געאָגראַפישן ראַיאָן, אָבער טעריטאָריעלע זכרים באַקעמפן צווישן אַנאַנד כּדי צו איינשאַפן אַ האַרעם פון צוויי ביז זיבן נקבות.

מען האָדעוועט שטרויסן אויף דער גאָרער וועלט, בעיקר כּדי צו נעמען זייערע פעדערן, וואָס זענען דעקאָראַטיוו. מיט די פעדערן מאַכט מען אויך פעדערווישן. מען באַנוצט די פעל כּדי צו מאַכן לעדערפּראָדוקטן, און מען פאַרקויפט דאָס פלייש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!