רוי:קאנטינענט
א קאנטינענט (אדער וועלטטייל) איז א גרויסע יבשה אויף דער ערד.
דער ערד איז איינגעטײלט אױף די פּאָלגנדע קאָנטינענטן׃
- אײראָפּע
- אזיע
- צפון אמעריקע, וואס נעמט אַריין אין זיך אױך די פאראײניגטע שטאטן
- דרום אמעריקע
- אַפריקע
- אױסטראַליע
- אַנטאַרקטיקע
צוזאמען זיבן קאנטינענטן.
גרינלאנד, דער גרעסטער אינזל אין דער וועלט, געהערט צום קאנטינענט צפון אמעריקע, אבער פאליטיש איז עס א טײל פון אײראפע.
צוויי קאנטינענטן מוזן נישט זיין גענצליך אפגעטיילט זיי זאלן האבן צוויי באזונדערע נעמען, נאר אזויפיל אז ווען מ'קוקט אויף דער מאפע זאל מען זען אז די צוויי זענען מער-ווייניגער אפגעטיילט. צב"ש צפון אמעריקע און דרום אמעריקע זענען נאטורליך באהאפטן מיט א דינעם פאס יבשה (היינט זענען זיי אבער מער נישט באהאפטן, צוליב דעם "פאנאמא קאנאל"), אזוי אויך אזיע און אפריקע (דרך ארץ פלשתים - דורך דעם וועג זענען די אבות געגאנגען פון ארץ ישראל קיין מצרים).
למעשה קוקן אייראפע און אזיע נישט אויס פאר'ן אויג ווי צוויי באזונדערע קאנטינענטן, און ס'זענען טאקע דא וואס רעכענען זיי פאר איין קאנטינענט, גערופן "אייראַזיע." די סיבה פארוואס מ'האט זיי צוטיילט, איז לכאורה צוליב דעם שווארצן ים וואס טיילט עטוואס אפ צווישן זיי, וויבאלד מ'האט דעמאלטס נישט געוואוינט אזוי שטארק אין צפון, האט מען נישט געוואוסט אז דארט זענען זיי מחובר.
עטימאלאגיע
דאס ווארט "קאנטינענט" קומט פון לאטײניש terra) continens) ווערטערליך "אַנטהאַלטנדע (ערד)".
אין דער תורה
בעצם אין דער תורה שטײט אײן יבשה און אײן ים:
ױאמר אלקים יקװ מתחת השמים אל מקום אחד ותראה היבשה ױהי כן ױקרא אלקים ליבשה ארץ ולמקוה המים קרא ימים.
— בראשית א
פאר בערך זיבעציק יאר צוריק איז געווען א דייטשער געאלאג מיטן נאמען וועגנער און ער האט באמערקט אז אלע טרוקענישן איז ווי א פאזל דאס מיינט אז די שטיקל וואס שטעקט ארויס אינמיטן אפריקע קומט פונקט אריין צווישן די צוויי אמעריקאנע קאנטינענטן און די שטיקל וואס שטעקט ארויס פון אינמיטן אמעריקא קומט אריין אינמיטן אפריקע ווי א פאזל און ער האט טאקע געטראפן אז עס זענען דא זאכן געוויקסן און שטיינער ביי ביידע פלעצער וואס שטימט איינער מיטן צוויטען דאס מיינט אז עס איז אמאל געווען איינס און עס האט זיך צוטיילט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!