רוי:פעלקעררעכט
דאָס פעלקעררעכט (פון לאַטייניש ius gentium, "רעכט פון פעלקער") איז אַ איבערמלוכישע רעכט־סדר אויס פּרינציפּן און כּללים, דורך וואָס די שייכות צווישן די פעלקעררעכטלעכע נושאי זכויות (ראשית מלוכות) ווערן רעגולירט אויף דער באַזיס פון גלייכרעכטיגקייט.
דער הויפּט־מקור פונעם היינטוועלטיגן פעלקעררעכט איז מגילת (די טשאַרטער) פון די פאַראײניקטע פעלקער. זי אַנטהעלט אַן אַלגעמײנעם פאַרווער פון געוואַלד, וואָס גילט פאַר אינטערנאַציאָנאַלן געוואוינהייט־רעכט אומאָפּהענגיק פון אַ מיטגלידערשאַפט אין די פאַראײניקטע פעלקער און וואָס פאַרווערט די מלוכות צו האַלטן אָנפאַל־מלחמות, און באַשטעטיקט דאָס רעכט פון די אינדיווידועלע אָדער קאָלעקטיווע זיך-פאַרטײדיקונג.
מקורים פונעם פעלקעררעכט זײנען צווײ־ און עטלעך־זייטיגע טראַקטאַטן, אינטערנאַציאָנאַל געוואוינהײט־רעכט און אַלגעמײנע רעכט־פּרינציפּן (38סטער אַרטיקל, ערשטער אָפּסאַץ, אותיות א‛, ב‛ און ג‛ פון חוקת פונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט פון יוסטיץ).
השפּעהדיקע ייִדישע פעלקעררעכט-יוריסטן זײנען לאַסאַ אָפּענהיים, אײאַל בענבענישׂתי (העברעיש׃ איל בנבנשתי), יאָראַם דינשטיין (העברעיש׃ יורם דינשטיין), הערש לאַוּטערפּאַכט, רות לאַפּידעס (העברעיש׃ רות לפידות), ראָבי סאַבעל (העברעיש׃ רובי סיבל), יעקב ראָבינזאָן, שמשון ראָזנבוים, שבתי ראָזען, נתן פיינבערג און יובַֿל שאַני (העברעיש׃ יובל שני).
ליטעראַטור
- יורם דינשטיין: המשפט הבינלאומי. בוך א‛: המשפט הבינלאומי והמדינה (תל אביב 1971); בוך ב‛: סמכויות המדינה כלפי פנים (תל אביב 1972); בוך ג‛: אמנות בינלאומיות (תל אביב 1974); בוך ד‛: תביעות בינלאומיות (תל אביב 1977); בוך ה‛: המשפט הבינלאומי האל־מדינתי (תל אביב 1979, מסת"ב ISBN 978-965-19-0024-2); בוך ו‛: דיני מלחמה (תל אביב 1983, מסת"ב 978-965-19-0108-9 ISBN)
- רובי סיבעל׃ משפט בינלאומי. שריגים־ליאון 2010, מסת"ב ISBN 978-965-442-074-7
- שבתאי רוזן׃ בנבכי המשפט הבינלאומי. ירושלים 2013, מסת"ב 978-965-536-018-9 ISBN
- נתן פיינברג׃ ארץ־ישראל בתקופה המאנדאט ומדינה ישראל. בעיות במספט הבינלאומי. ירושלים 1963
- L. Oppenheim; H. Lauterpacht: Oppenheim’s International Law: Volume I: Peace (London 1962); Volume II: Disputes, War and Neutrality (London 1969)
- Nathan Feinberg: Studies in International Law. Jerusalem 1979, ISBN 978-965-22-3324-0
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!