רוי:קארל פאן לינע
קאַרל פאָן לינע (Carl von Linné, Carolus Linnaeus; 23סטן מאי[1] 1707 – 10טן יאנואר 1778) אַ שװעדישער באטאניקער און זאאָלאָג, איז געװען דער פאָטער פון דער מאָדערנער טאַקסאָנאָמיִע (די װיסנשאַפט װאָס טיילט איין די אָרגאַניזמען אין קלאַסן).
לינע האָט דערפונען די בינאָמינאַלישע נאָמענקלאַטור, װאָס געבט יעדן זגאַל נאָר אִיין װיסנשאַפטלעכן נאָמען װאָס באַשטייט פון צװיי ווערטער: גענערישער נאָמען און ספּעציפישער נאָמען. דער גענערישער נאָמען איז דער נאָמען פון אַ מין (ענגליש: genus), װי צום ביישפּיל דער קאַװע בוים: Coffea. עס זענען אָבער פאַרשידענע זגאַלן פון קאַװע-ביימער, און זיי אונטערשיידן זיך מיטן ספּעציפישן נאָמען, צום ביישפּיל די צװיי זגאַלן: Coffea arabica, Coffea robusta.
אום אויגוסט 1727 איז לינע געגאנגען קיין לונד, וואו ער האט שטודירט אינעם ארטיקן אוניווערסיטעט.
ער איז צוריקגעקומען אין שוועדן אין 1738, און איז געווארן פראפעסאר פון באטאניק אין אופסאלא.
רעפערענצן
- ↑ 13טן מאי אויפן שוועדישן קאלענדאר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!