רוי:טוטאַנכאַמון

פון המכלול
ווערסיע פון 18:17, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: בֿ ← ב (4), ײ ← יי (11), ױ ← וי (2))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

מאַסקע פון טוטאַנכאַמון

טוטאַנכאַמון ("לעבעדיק בילד פון אַמון") איז געװען אַ מיצרישער קעניג פון דער 18טער דינאַסטיע. ער איז געבוירן געװאָרן אין 1345 און איז געשטאָרבן אין יאָר 1327 פאַר דער ציװילער רעכנונג.

כאָטש ער איז ניט געװען קיין װיכטיקער קעניג, איז ער געװאָרן זייער אַ באַקאַנטער זייט 1922. דאָס יאָר האָט האַװאַרד קאַרטער, אַן ענגלישער עגיפּטאָלאָג, אַנטדעקט זיין קבר לעבן דער שטאָט לוקסאָר, מצרים.

אָט דער קבר איז דער איינציגער קעניגלעכער קבר װאָס איז גאַנץ אַנטדעקט געװאָרן אינעם טאָל פון די מלכים. מע האָט געפונען אין דעם קבר טויזנטער אָביעקטן. די דאָזיקע אָביעקטן זענען אוצרות, סיי װייל זיי זענען אָפט גאָלדן, סיי װייל זיי לערנען די עגיפּטאָלאָגן אַ סך װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פון די מיצרישע מלכים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!