רוי:וועקסילאלאגיע
וועקסילאָלאָגיע (ענגליש: vexillology) איז די שטודיע פון דער היסטאָריע, סימבאָליזאַציע און באַנוץ פון פענער, אָדער יעדן סאָרט אינטערעס אין פענער אין אַלגעמיין. דאָס וואָרט איז אַ צונויפשטעל פון דאָס לאַטיין וואָרט vexillum (וועקסילום, "פאָן") און דאָס אוראַלט גריכיש וואָרט λογία (לאָגיע, "שטודיע").
איינער וואָס שטודירט פענער הייסט אַ וועקסילאָלאָג, איינער וואָס פורעמט אויס פענער הייסט א וועקסילאָגראַף און די קונסט פון פענער־פאָרמירונג הייסט וועקסילאָגראַפיע. איינער וואָס האָט ליב אָדער באַוואונדערט פענער הייסט א וועקסילאָפיל.
היסטאָריע
די שטודיע פון פענער (וועקסילאָלאָגיע) איז פאָרמולירט דורכן אַמעריקאַנער פאָרשער און פענער סטודענט וויטני סמיט אין 1961 מיט דער פּובליקאַציע פון "דעם פענער בולעטין". אַדורך זיין לעבן האָט סמיט אָרגאַניזירט פאַרשידענע פענער אָרגאַניזאַציעס און פאַרזאַמלונגען ווי דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס פון וועקסילאָלאָגיע, די צפון־אַמעריקאַנישע וועקסילאָלאָגישע אַסאָציאַציע און די אינטערנאַציאָנאַלע פעדעראַציע פון וועקסילאָלאָגישע אַסאָציאַציעס. סמיט, וואָס האָט אויסגעטראַכט דעם טערמין "וועקסילאָלאָגיע" אין 1957, האָט געשריבן: "כאָטש אַז פענער זענען גענוצט געווען זינט די פריסטע טעג פון דער מענטשליכער ציוויליזאַציע, די ערנסטע שטודיע פון דעם באַנוץ איז אַזוי נײַ אַז דער טערמין האָט נישט ערשינען אין שריפט ביז 1959". איידער יענע צייט איז די שטודיע פון פענער פאַררעכנט געווען אַלס אַ טייל פון העראַלדיק.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!