רוי:משה בראנשטיין

פון המכלול
ווערסיע פון 15:14, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (2), וווּ ← וואוּ)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

משה בראָנשטיין (עספּעראַנטאָ: Mikaelo Bronŝtejn, רוסיש: Михаил Бронштейн, געב. אין פּראָסקוראָוו 7טן יולי 1949) איז אַן עספּעראַנטאָ-שריפטשטעלער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. ער פאַרעפנטלעכט זיינע ווערק אויך אונטערן פּען-נאָמען Bruna Ŝtono.

Mikaelo Bronŝtejn, 2016

לעבנסגעשיכטע

משה בראָנשטיין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פּראָסקוראָוו (איצט כמעלניצקי) אויף אוקראַינע. ער האָט אויסגעלערנט די שפּראַך עספּעראַנטאָ און איז געוואָרן טעטיק אין דער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג אין 1962. אין דער עלטער פון 18 יאָר איז משה בראָנשטיין אַריבערגעפאָרן קיין רוסלאַנד, וואוּ ער וווינט ביז איצט. די שפּראַך פון זיין אָריגינעלער ליטעראַרישער שאַפונג איז עספּעראַנטאָ. משה בראָנשטיין האָט אַרויסגעגעבן 5 לידער-זאַמלונג, צוויי ראָמאנען, ווי אויך פילצאָליקע דאָקומענטאַלע פאַרצייכענונג און איבערזעצונגען אין עספּעראַנטאָ פון רוסיש און אוקראַיִניש.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!