מאַראַנץ אין קאָליר אָראַנזש
דער קאליר אָראַנזש ליגט צווישן רויט און געל אינעם אנזעעוודיק ספעקטער מיט א כוואליעלענג פון בערך 585 – 620 נ"מ.
עטימאלאגיע
דער קאָליר נעמט זיין נאמען פון דעם ענגלישן ווארט orange אָראַנזש פארן מאראנץ, נאָך דעם אויסזען פון דעם צייַטיקן פרוכט. פריער פלעג מען רופן דעם קאליר געל-רויט.