רוי:אקבאר
דזשאַלאַל אוד-דין אַקבאַר (אַראַביש: جلال الدین محمد أکبر - דזשאַלאַל אוד-דין מוכאַמאַד אַקבאַר; 14טן אקטאבער 1542 – 27סטן אקטאבער 1605), באקאנט מיטן נאמען אקבאר דער גרויסער, איז געווען דער דריטער מאגול קייסער אין אינדיע. ער האט געהערשט איבער דער מאגול אימפעריע פון 1556 ביז זיין טויט.
לעבנסגעשיכטע
אקבאר איז געהוירן געווארן אין 1542 אין דער שטאט אומארקאט, סינד ראיאן (היינט פאקיסטאן), צו זיין פאטער דער קייסער הומאיון, דער זון פון באבור, גרינדער פון דער מאגול אימפעריע. ער האט געוואוינט די ערשטע צוועלף יאר פון זיין לעבן אין אמאלקוטא. ב-1555 איז ער אריבער קיין דעלהי מיט זיין פאטער. די שטאט איז געווארן נאכהער א צענטער פון קונסט און ליטעראטור.
אין 1556 איז הומאיון געשטארן, און אקבאר איז געווארן דער הערשער ביים עלטער פון 14. נאך פיר יאר אונטער דעם רעגענט שיח באירם, האט ער געהערשט אליין. ער האט געוועלטיקט איבער אסאף אויפשטאנדן אין זיין מלוכה, צווישן זיי איין אויפשטאנד אונטער זיין ברודער, אין 1579. אקבאר האט פארברייטערט די גרענעצן פון דער אימפעריע וואס ער האט גע'ירשנט. אקבאר האט פאראייניגט ראדזשיפוטאן, גודזשאראט, בענגאל און קאשמיר.
אקבאר האט געבויט זיין הויפטשטאט ארומעגענומען מיט א מויער, פאטהאפור סיקרי לעבן אגרא, אנהייבנדיק אין 1571. ער האט געבויט דארטן פאלאצן פאר זיינע ווייבער. אבער אין 1585 האט ער אריבערגפירט די הויפטשטאט צו לאהאר, און אין 1599 צו אגרא.