רוי:אפריקאס
אפריקאס | ||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אפריקאס פרוכט
| ||||||||||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||||
Prunus armeniaca L. |
דער אפריקאס (Prunus armeniaca, "ארמענישער פֿלוים" אין לאטיין) איז א זגאל פון Prunus. באטאניקערס מיינען אז ער שטאמט פון כינע און צענטראל אזיע, אפשר אויך קארעע און יאפאן. [1][2]
אפריקאסן (אויך פערשקעס, קארשן און פֿלוימען) זענען שטיינפרוכט.
באשרייבונג
דער אפריקאס בוים איז קליין (8-12 מעטער); זיינע בלעטער זען אויס ווי א שפיציקן הארץ, ברייט 8 צ"מ. די בלומען זענען ווייס אדער ראזעווע, מיט פינף קרוינבלעטלעך. די פרוכט האט איין זאמען אין א שטיין; איר קאליר איז געל אדער אראַנזש און כמעט האט נישט קיין האר, און איר דיאמעטער איז 2 צ"מ.
פראדוקציע
צען הויפט אפריקאס פראדוצירערס— 2005 (1,000 טאנען ) | |
---|---|
טערקיי | 390 |
איראן | 285 |
איטאַליע | 232 |
פאקיסטאן | 220 |
גריכנלאנד | 196 |
פראַנקרייך | 181 |
אַלזשיר | 145 |
שפּאַניע | 136 |
יאפאן | 123 |
מאראקא | 103 |
סיריע | 101 |
וועלט סה"כ | 1916 |
מקור:[3] |
טערקיי איז דער הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[4] איראן דער צווייטער. אין ארמעניע וואקסן אפריקאסן אינעם אררט טאל.
אין דער קעך
אפריקאסן קען מען עסן רוי אדער געקאכט. געטרוקענטע אפריקאסן האלטן זיך לאנג און זענען אויך געשמאק. מען מאכט אפריקאסן קאנסערוון וואס מען קען שמירן אויף ברויט אדער ניצן ביים קאכן.
מעדיציניש
אפריקאסן זענען גוט קעגן עצירות. אפילו דריי זענען גענוג.
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ Flora of China: Armeniaca vulgaris
- ↑ Germplasm Resources Information Network: Prunus armeniaca
- ↑ פאראייניקטע פעלקער עסנווארג און לאנדווירטשאפט ארגאניזאציע (FAO) [1]
- ↑ The tendencies of Apricot producers