רוי:אנדרא פראדעש
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
|
אַנדראַ פראַדעש (ענגליש: Andhra Pradesh; טעלוגו: ఆంధ్ర ప్రదేశ్) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אויפן דרום־מזרח בארטן פון אינדיע. די ארומיקע שטאטן זענען טאמיל נאדו אין דרום, קארנאטאקא אין מערב, טעלאנגאנע אין צפון־מערב, טשאטיסגאר אין צפון און אריסא אין צפון־מזרח, מיט דער בוכטע פון בענגאל צו מזרח.
די הויפטשטאט איז היידעראבאד. די שפראך פון דעם שטאט איז טעלוגו.
אַנדראַ פראַדעש איז דער אכטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט שטח, און דער צענטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.
היסטאריע
לויט די בודהיסטן איז אנדרא פראדעש דער ארט וואו נאגארדזשונע, דער פילאסאף פון מאהאיאנא, האט געוואוינט אין די 2טן און 3טן יארהונדערטער.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|