רוי:רבי אפרים זלמן מרגליות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אפרים זלמן מרגליות (י"ט כסלו תקכ"א - כ"ד אב תקפ"ח) איז געווען א גרויסער ת"ח, יחסן, נגיד און מחבר ספרים, וועלכער האט געוואוינט אין דער שטאט בראד, גאליציע.

ער האט פארפאסט דעם באקאנטן ספר מטה אפרים אויף הלכות און מנהגים פון די ימים נוראים.

אויך איז ער בארימט איבער זיין ספר "שערי אפרים" אויף הלכות קריאת התורה, און "מעלות היוחסין" וואו ער רעכנט אויס זיין ייחוס צו רש"י און דוד המלך.

ביאגראפיע

אין די יוגנט איז ער פאר א קורצע צייט געווען רב אין א קליין שטעטל, אבער דערנאך וואס ער איז רייך געווארן פון דיאמאנטן האנדל האט ער זיך אפגעזאגט און זיך אריינגעטאן אין לימוד התורה און מחבר זיין ספרים.

ער איז געווען שטרענג פרום און לוחם געווען קעגן דער השכלה.

ער איז געווען א בעל מוח נפלא, און ווי געזאגט האט ער נאכן נתעשר ווערן מער נישט משמש געווען ברבנות, אבער ער איז פאררעכנט געווארן אלס איינע פון די גדולי החכמים פון די בארימטע קלויז אין בראד.

ער איז פאררעכנט אלס איינע פון די גדולי הפוסקים, וואס מ'רעכנט זיך שטארק מיט זיינס א פסק.

ביבליאגראפיע

  • שו"ת בית אפרים
  • זרע אפרים
  • טיב גיטין
  • יד אפרים
  • יד רמ"א
  • מטה אפרים
  • מעלות היוחסין
  • מקנה וקנין
  • שערי אפרים

פאמיליע

  • זיין ברודער רבי חיים מרדכי מרגליות מח"ס שערי תשובה אויפן ש"ע
  • זיין איידעם רבי יעקב יהושע הורוויץ אן אייניקל פון הפלאה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!