רוי:אמאניאק
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אַמאניאַק (Ammonia) איז א כעמישע פארבינדונג פון אזאט און הידראגען. אמאניאק איז איינער פון די מערסט פארשפרייט און וויכטיקסטע אינדוסטריעלע כעמיקאליעס אין דער וועלט, און האט דעם פארמל NH3. זיין הויפט באניץ איז ווי רוישטאף אין דער כעמישער אינדוסטריע, מיט א צווייטראנגיקן באניץ מיט א קליינעם פארנעם פארן צוועק פון קילן אין אינדוסטריעלע אפאראטן.
הינטערגרונט
ביי סטאנדארטע באדינגונגען פון דרוק און טעמפעראטור, איז אמאניאק אן אומפארביגער גאז מיט א שטארקן גערוך. דער גערוך פונעם מענטשלעכן שווייס איז טיילווייז צוליב אמאניאק, וואסט קומט פון באקטעריע אויף דער הויט.
אמאניאק גאז האט גאר א הויכע צעלאזבארקייט אין וואסער.
אמאניאק ווערט ברייט באניצט אין דער פאבריקאציע פון קונסטמיסט, אויפרייס מאטעריע און פאלימערן.