רוי:קלעזמער
קלעזמער גענומען פון די ווערטער "כלי זמר", באַדייט אַלץ אונטער ייִדישער נגינה: מוזיק, טאַנץ און חתונה געזאַנגען. שטאַמט פון די ייִדן פון מזרח אייראָפּע אין די יאָרן 1500 אין ווייטער. אויך דער מוזיקאַנט וואָס שפּילט כּלי־זמר מוזיק הייסט אַ קלעזמער' (לשון־רבים: (קלעזמארים) בעיקר שפּילט מען טאַנץ ניגונים פאַר חתונות, און אויך בײַ אַ הכנסת ספר תורה.
קלעזמער טוט באַצייכענען:
א. אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן מוזיקער-אינסטרומענטאַליסט אָדער די עטלעכע מוזיקער פון אַזאַ מין, וועלכע שפּילן טראַדיציאָנעלע מזרח-אייראָפּעישע אשכנזישע מוזיק אויף ייִדישע שמחות.
ב. מוזיקער בכּלל, באַזונדערס פון אַ ייִדישן אָפּשטאַם.
ג.הײַנטצײַטיקער/הײַנטצײַטיקע מוזיקער וועלכע פּראַקטיצירן אַ שפילן, וואָס אימיטירט די טראַדיציאָנעלע כּלי־זמר-מוזיק ,אָפט איבערגעפלאכטן מיט הײַנטצײַטיקע מוזיק-טראַדיציעס פרעמדע פאַר טראַדיציאָנעלע כּליזמר.
ד. די מוזיק פון כּליזמר אָדער/און זייער מלאכה, ווי אויך אַלצדינג וואָס איז דערמיט פאַרבונדן /אויך 'כּליזמריי'/.
ה. אַן אייפעמיזם גענוצט /געוויינטלעך ניט באַרעכטיקט/ צו באַצײַכענען אַ יעדן מין פון ייִדישער מוזיק בכּלל, ניט נאָר די טראַדיציאָנעלע ייִדישע אינסטרומענטאַלע מוזיק בפרט.
דרויסנדיקע פאַרבינדונגען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קלעזמער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!