רוי:קאטאראקט
א קאַטאַראַקט איז א פארוואלקענען פון דער לינדז פונעם אויג. דאס טרעפט זיך מערסטנס ביי עלטערע מענטשן. ווען איינער באקומעט א קאטאראקט אין איין אויג, רוב מאל באקומט ער שפעטער א קאטאראקט אינעם צווייטן אויג. מיט א קאטאראקט זעט מען נישט גוט, און אפטמאל ווערט מען קורצזעיק דערפון. אויך זעט מען נישט גוט דעם קאליר בלוי, און ממילא זען אויס אלע זאכן א ביסל געל.
קאטאראקטן זענען די מערסטע פארשפרייטסטע סיבה פאר בלינדקייט אין דער וועלט.
טאמער מען אפערירט נישט אויפן קאטאראקט, קען מען ווערן אינגאנצן בלינד. מען קען ארויסנעמען דעם קאטאראקט; היינט לייגט מען אריין א פלאסטיקע לינדז וואס איז פאבריצירט ספעציעל פארן פאציענט, דורך וואס ער קען נאכהער אפטמאל זען אן ברילן. מוסטער:ביאלאגיע-שטומף
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!