רוי:פלאמבינג

פון המכלול
ווערסיע פון 22:06, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פלאמבינג איז די געלערנטע האנדל פון ארבעטן מיט רערן צו ברענגן וואסער און טראגן אפפאל אריין און ארויס פון יעדעהויז אדער געביידע. אינסטאלאטארן טוען אויך די ארבעט פון צענטראלע הייצונג וועלכע טראגט רערן ארום א געביידע צו ברענגען היץ.


אפשטאם און היסטאריע

דאס ווארט פלאמבינג שטאמט פון דאס ווארט פלאמבום וועלכע איז די לאטיינישע אפטייטש פון בליי, די מאטריאל וועלכע מען האט גענוצט פאר אלע רערן ביז דאס איז איבערגעטוישט געווארן צו אייזן אינעם 19'טן יאר-הונדערט און שפעטער צו פלאסטיק.

מיט 200 יאר צוריק האבן רוב הייזער נאך נישט געהאט קיין פלאמבינג סיסטעמען און מען האט געברענגט וואסער פון טייך און ארויסגעגאנגען אין פעלד ווייל עס איז נישט געווען קיין אינפראסטרוקטור ווי עס איז פאראן היינט. עס זענען געווען ווייניג גרויסע שטעט און הייזער זענען געווען צעווארפן אין אלע דערפלעך און דער דארפסמאן האט נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר און א דארף נעבן אים. היינטיגע צייטן ווייסט מען פון יעדע הויז צו זאגן און די רעגירונג האט רעגולאציעס וויאזוי די פלאמבינג סיסטעם דארף זיין.

פלאמבינג האט נישט קיין באשטימטע צייט ווען עס איז אויסגעטראפן געווארן ווייל אין פאקט האט מען גענוצט די חכמות פון פלאמבינג נאך מיט טויזענטער יארן צוריק נאר עס איז געווען פריוואטע חכמות וועלכע מענטשן האבן זיך איינגעשטעלט פאר זייער באקוועמליכקייט אדער פאר די ארבעט. אינעם 19'טן יאר-הונדערט האט מען אנגעהויבן אינסטאלירן פלאמבינג אין די הייזער פון אלע שטעט און ביז'ן ענדע פון יענעם יאר-הונדערט האבן שוין אלע הייזער אין די מאדערנע וועלט פארמאגט א פלאמבינג סיסטעם.

פלאמבינג באשטייט היינט פון 26 ערליי סיסטעמען און א גוטע פלאמבער קען אלע פון זיי. יעדע אויסשטעל פאר וואסער איז אנדערש און עטליכע סיסטעמען פארלאנגט זיך אמאל צו קענען פארזארגן וואסער פאר א גרויסע פעקטארי וועלכע נוצט וואסער אין די בוילער טאנקן פאר פראדוקציע.

די הויפט מאדערנע פלאמבינג רעכנט אין אלע הייזער רעכנט אריין וואסער קראנען, טוילעט, וואנעס, שויער, וואש מאשין, און דישוואשער. רוב פון די זאכן פארלאנגן הייסע און קאלטע וואסער.

דאס וואסער ווערט געהייצט אין א טאנק וועלכע נוצט עלעקטריק, גאז, אדער אנדערע ענערגיע מיטלן צו הייצן דאס וואסער. די רערן היינטיגע צייטן זענען אין רוב פלאסטיק וועלכע איז ביליג און גענוג שטארק. אבער אין געוויסע פעלער פארלאנגט זיך שטערקערע רערן וועלכע ווערן געמאכט פון אייזן, ברעס, קופער, קאנקרעט, אלומינם, אדער אנדערע מאטריאלן.

אין די פאראייניגטע שטאטן נוצט א דורכשניטליכער מענטש צווישן 100 און 250 גאלאן (380 ביז 950 ליטער) וואסער פער טאג. דאס קומט אויס צו בערך 50 ביליאן גאלאן וואסער פער טאג פאר דאס גאנצע לאנד.

מיט אזא גרויסע פארלאנג איז פארשטענדליך אז עס פאדערט זיך מאסיווע וואסער און פלאמבינג סיסטעמען צו קענען פארזארגן אזויפיל וואסער פאר אלע איינוואוינער.


וואסער פארזארגונג און דער אפפאל סיסטעם

אין די אנטוויקלטע שטעט לויפן גרויסע רערן מיט וואסער אונטער די ערד און אלע הייזער און געביידעס נעמען וואסער פון דארט דורך די חכמה פון גראוויטי און לופט דרוק. אין א הויכע געביידע פארלאנגט זיך באזונדערע עקוויפמענט ארויפצוטראגן דאס וואסער אויף די הויכע שטאקן. געווענליך איז דאס א שטארקע פאמפ וועלכע שטופט ארויף דאס וואסער צו א טאנק אויף די דאך פון די געביידע וואו עס איז פאראן א גראוויטי טאנק פון וואו דאס וואסער גייט ווייטער צו אלע שטאקן אן די הילף פון מאשינען. אבער אמאל פעלט זיך אויס מערערע עקוויפמענט, ספעציעל אין שפיטעלער און לאבאראטאריעס וועלע נוצן אסאך וואסער.

די גרינגסטע וועג צו פארשטיין וויאזוי וואסער קומט ארויף אין די הייזער איז דורך לופט דרוק. די הויפט וואסער רערן טראגן טויזענטער גאלאנען וואסער און די קלענערע רערן שלעפן ארויס וואסער פון דארט. די רערן קענען גיין עטליכע שטאק ארויף ווייל איינמאל דאס וואסער ווערט ארויפגעשלעפט, געווענליך דורך א פאמפ, וועט שוין שטענדיג קומען וואסער ווייל פאר יעדע טראפן וואסער וואס גייט ארויס פון די רערן קומט אריין פרישע פון די הויפט רערן וואס מיינט אז די רערן זענען שטענדיג אנגעפילט מיט וואסער.

אין א טיפערע בליק איז עס אבער נישט אזוי פשוט ווייל וואס וואס וואלט פאסירט אויב מען שפארט אפ די וואסער און אלע רערן ווערן אויסגעליידיגט. וויאזוי קומט דאס וואסער נאכדעם צוריק אריין איינמאל מען עפענט צוריק די וואסער? דער ענטפער איז אז די גאנצע פלאמבינג סיסטעם באשטייט פון וואלווס וועלכע מאכן דעם לופט דרוק אין די רערן און איינמאל דאס איז איינגעשטעלט איז פאראן א גראוויטי סיסטעם אין די רערן צי עס איז פאראן וואסער אדער נישט. די וואלווס האלטן די רערן פארמאכט עס זאל נישט אריינגיין קיין לופט און אזוי בלייבט א שטארקע לופט דרוק אין די רערן סיי אויף ארויף און דאס זעלבע אויף אראפ מיט די אפפאל וואסער.

אין א גרויסע געביידע וואו דאס וואסער דארף גרייכן זייער הויך און דאס פארלאנג פאר וואסער איז גרויס ארבעט שוין נישט די גראוויטי סיסטעם אזוי גוט און דעמאלט פארלאנגט זיך הילף פון א פאמפ ארויפצושטופן דאס וואסער צו די הויכע שטאקן.

דער וואסער אפפאל סיסטעם ארבעט נישט קיין סאך אנדערש און ווערט אנגערופן די סעניטארי וואסער אפפאל סיסטעם. די אפפאל סיסטעם וועלכע געפינט זיך אין רוב הייזער ארבעט דורך גראוויטי וועלכע ציט אראפ אלע וואסער צו א ספעציעלע טאנק פון וואו עס גייט ווייטער צו די אפפאל רערן וועלכע לויפן אונטער די ערד און גייען צו סוערס. דאס קוקט אויס זייער פשוט אבער אין פאקט דארף דאס זיין א פונקטליכע סיסטעם ווייל אלע רערן דארפן נוצן די זעלבע כוח פון גראוויטי עס זאל נישט פארבלייבן קיין וואסער אין ערגעץ און קיין שום וואסער זאל נישט צוריק ארויפקומען צו די רערן. דאס ווערט געטאן דורך די וואלווס און ספעציעלע ווענט רערן וועלכע האבן לעכער ארויסצולאזן לופט און אויסגלייכן די לופט דרוק.

די גאנצע פלאמבינג סיסטעם איז צעטיילט צו עטליכע חלקים מיט אסאך וואלווס אינדערצווישן. די אלע אפטיילונגן און וואלווס דינען אלס זיכערהייט אויסצומיידן די גאזן און שעדליכע לופט וועלכע ווערט געשאפן פון די אפפאל וואסער עס זאל נישט צוריק אריינקומען אין די רערן. אויב איר וועט קוקן אונטער יעדע סינק וועט איר זען אז די רער גייט אראפ, צוריק ארויף, און נאכאמאל צוריק אראפ אין די פארעם פון א יו. דאס איז דער ערשטער מיטל צוריקצוהאלטן די אפגעפאלענע וואסער פון צוריק ארויף קומען. טיפער אראפ זענען פאראן וואלווס וועלכע נוצן לופט דרוק ארויסצושטויסן אלע וואסער פון זיך און דאס נישט צוריקלאזן.

דאס מערסטע זיכערהייט געפינט זיך ביי הייסע וואסער טאנקן כדי עס זאל נישט פאסירן קיין אויפרייסן. די טאנקן מעגן נישט גרייכן מער פון א געוויסע היץ און יעדע טאנק פארמאגט עטליכע טעמפרעאטור און דרוק ארויסלאזונג וואלווס נאכצולאזן די דרוק וואס ווערט געשאפן פון די הייצונג פון דאס וואסער.


דער אינסטאלאטאר

פלאמבינג הייבט זיך אן ווען מען בויט א הויז. די פלאמבינג פירמעס שיקן אראפ א גרופע פון אינסטאלאטארן וועלכע אינסטאלירן די גאנצע פלאמבינג סיסטעם בעפאר מען הייבט אן פארבויען די ווענט.

די גרופע באשטייט פון איינס אדער צוויי געלערנטע אינסטאלאטארן און די איבעריגע זענען ארבעטער וועלכע טוען די פיזיקאלע ארבעט. דער הויפט אינסטאלאטאר איז א געלערנטער וועלכע קען די פאך אויסעווייניג און ווען ער קומט אן צו א הויז דארף ער קענען אויסרעכנען די גאנצע סיסטעם אז אלץ זאל קלאפן אויף הונדערט פראצענט.

אנדערש ווי אן עלעקטרישן וועלכע דארף נאר פארשפרייטן עלעקטריק, דארף דער פלאמבער נוצן אן אנדערע דעזיין יעדעס מאל ווייל איין הויז איז נישט אנדערש ווי די צווייטע. ווערן רעדט נאך ווען עס קומט צו גרויסע געביידעס. די פלאמבינג ארבעט געדויערט פיל לענגער ווי די עלעקטריק ארבעט און קען נישט געטאן ווערן נאר דורך קענען די הויפט כללים. עס זענען פאראן טויזענטער פלאמבינג טיילן פון וועלכע יעדע פון זיי ווערט גענוצט אין אן אנדערע פאל.

אמאל האט אן 'אינסטאלאטאר' געהייסן א שמוציגע ארבעט, אבער היינט, ווען מ'זעט דערפון גרויס געלט, טראץ די שווערע ארבעט אין היצן און קעלט, האבן פיל זיך גענומען צו דעם פאך, און זעען גרויס הצלחה און פארדינסטן.

פארמיידן פראבלעמען

די אפפאל רערן פון אלע סינקס קענען אמאל ארויסגעבן א שווערע גערוך ספעציעל נאכדעם וואס מען האט עס נישט גענוצט פאר א שטיק צייט. אויסער וואס די גערוך איז נישט אנגענעם איז עס אויך נישט געזונט צו שמעקן. אכדי דאס צו פארמיידן זאל מען פון צייט צו צייט אריינגיסן קאכעדיגע וואסער אין די סינקס וועלכע וועט אויסרייניגן און אויפקלעבן די איבערגעבליבענע אפפאל פון די רערן. מען דארף אויך צוריקהאלטן עס זאל אריינפאלן וואס ווייניגער שטיקער אין די רערן דורך לייגן די ספעציעלע זייער. אויסער די פראבלעמען פון א גערוך וועלן די שטיקלעך זיך אנזאמלן אין דעם יו. פארעם פון די רער אונטער'ן סינק און וועט מיט דער צייט פארשטאפן די סינק און מען וועט דאס דארפן עפענען און אויסרייניגן.

א דישוואשער דארף גערייניגט ווערן פון צייט צו צייט, ספעציעל אויב מען נוצט דאס נישט פאר עטליכע טעג. וויבאלד א דישוואשער וואשט ארויס שטיקער עסן וועלכע זענען צוגעקלעבט צו די געשיר וועלן די רערן אנזאמלן שטיקער עסן וועלכע וועט נישט ארויסגיין. די בעסטע עצה איז צו נוצן די דישוואשער יעדן טאג אפילו אויב מען האט גארנישט צו וואשן ווייל די שטענדיגע פלוס פון וואסער וועט צעביסלעך אראפנעמען די שטיקער און אויסרייניגן די רערן.

דאס זעלבע איז מיט א וואש מאשין. דער מאשין דארף ווערן גענוצט עס זאל נישט מאכן קיין פראבלעמען. כדי צו פארזיכערן די וואסער פארזארגונג אין די מאשין איז וויכטיג מען זאל פון צייט צו צייט פארמאכן און צוריק עפענען אלע פאוסעטס וועלכע טראגן אריין דאס וואסער ווייל רוב פראבלעמען אין א וואש מאשין פאסירט ווען די וואסער פארזארגונג איז נישט ריכטיג.

א הייסע וואסער טאנק דארף ווערן געדרעינט יעדע עטליכע יאר און מען קען דאס אליינס טאן נאכדעם וואס א פלאמבער ווייזט וויאזוי דאס צו טאן. דאס איז זייער וויכטיג פאר די טאנק אלעס זאל קלאפן און עס זאל נישט מאכן קיין פראבלעמען. אויב מען באמערקט אז עס קומט ארויס (ליעקט) וואסער זאל מען באלד רופן א פלאמבער ווייל דאס קען זיין מער ווי א קליינע לעכל און אויב מען פאררעכט דאס נישט באלד קען עס צוברעכן די גאנצע טאנק און עס איז א שאד די געלט.

א הייצונג סיסטעם וואס ארבעט מיט וואסער דארף נוצן סערוויס איינמאל א יאר אין וועלכע מען רייניגט אויס די סיסטעם. אויך די וואסער אין די הייצונג קען שמוציג ווערן און האבן א געזונטהייט עפעקט אויף די איינוואוינער און וועט מיט דער צייט צוברעכן די פוירנעס אדער סטים סיסטעם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!