רוי:עריק עדעמס

פון המכלול
ווערסיע פון 22:02, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עריק עדעמס
Eric Adams Israel.png

עריק לערוי עדעמס (געבוירן דעם 1טן סעפטעמבער, 1960) איז אן אמעריקאנער פאליטיקאנט און א געוועזענער פאליציאנט, וועלכער דינט אלס דער 110טער מעיאר פון ניו יארק סיטי.

ביאגראפיע

עריק איז געבוירן אין ברוינזוויל, ברוקלין, ניו יארק סיטי. זיינע עלטערן האבן זיך שטארק געמוטשעט פאר פרנסה; זיין טאטע איז געווען א קצב, וועלכער האט זיך געמוטשעט מיט אן 'אדיקשאן' צו אלקאהאל, זיין מאמע האט געדינט אלס א רייניגערין.

דער מצב הפרנסה אין זייער שטוב האט אים געשטופט צו טון פארשידענע ארבעט, כדי צו פארדינען עטליכע פרוטות. איינס פון די זאכן וואס ער פלעגט טון איז גיין איינקויפן אין גראסערי פאר א שכנ'טע. איינמאל האט זי אים נישט באצאלט פארן גיין איינקויפט, האט עריק, אינאיינעם מיט א ברודער, גע'גנב'עט איר טעלעוויזיע. די צוויי ברידער זענען שפעטער ארעסטירט געווארן.

ווען זיי זענען געווען אין ארעסט זענען זיי צעשלאגן געווארן דורך פאליציאנטן, ביז איין שווארצער פאליציאנט איז זיך געקומען אננעמען פאר זיי. זיי זענען דאן פארהאלטן געווארן אין א טורמע פאר יוגנטליכע, און שפעטער פאראורטיילט געווארן צו פראובעישאן.

נאכדעם ארעסט האט עריק אנגעהויבן ליידן פון PTSD, וואס דאס האט אים געשטופט צו מאכן דעם החלטה זיך אנצושליסן אין דער ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט, אויף זיינע עלטערע יארן, אזוי אז ער זאל קענען מאכן א חילוק אינעם פאליציי דעפארטמענט.

ווער ער איז עלטער געווארן האט ער זיך טאקע איינגעשריבן צו דינען אלס פאליציאנט. ער האט געדינט אלס פאליציי אפיציר פאר איבער צוואנציג יאר. ער האט דערגראכט דעם ראנג פון קעפטעין.

פאליטישע קאריערע

זיין ערשטע פאזיציע אלס פאליטיקאנט איז געווען אלס שטאַט סענאטאר וואס האט פארטרעטן א געגנט אין ברוקלין.

אין 2013 איז ער ערוויילט געווארן אלס ברוקלין בארא פרעזידענט.

אלס מעיאר

אין 2020 האט ער געמאלדן אז ער קאנדידירט זיך פאר מעיאר אין ניו יארק סיטי. ער איז דאן געלאפן אין א פארמעסט קעגן ענדרו יענג, קורטיס סליווע, און נאך עטליכע קאנדידאטן.

מיט אידן ביי א באזוך אין גאנא

עדעמס האט געוואונען דעם פריימערי פארמעסט. דערנאך אין דער אלגעמיינער וואלן האט ער געוואונען קעגן זיין רעפאבליקאנער קעגנער קורטיס סליווע מיט א "לענדסלייד".


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!