רוי:RSS
אינטערנעט פראטאקאל
RSS (ראשי תיבות פון Really Simple Syndication; עכטע איינפאכע סינדיקאציע אויף ענגליש) איז א פארמאט וואס שיקט נערונגען (Web Feeds) פון יעדער וועבזייטל צו א אינטערנעץ בלעטערער (Browser) אן דעם וואס דער באנוצער זאל דארפן גיין צום אדרעס פונעם וועבזייטל. דאס ווערט קאלעקטעט דורך אן אגרעגעיטאר וואס באזוכט דעם סערווער פון די וועבזייטן צו זיי האבן פרישע אפדעיטס אין זייערע נערונגען און אויב יא אפדעיט דאס די אגרעגעיטאר אין אייער קאמפיוטער עקראן.
די מעלות דערפון זענען ווי פאלגנד:
- דער באנוצער דארף נישט גיין באזוכן יענעם זייטל, וואס אפט מאל פארנעמט דאס צייט. נאר טאמער יענער האט אן אפדעיט וועט דאס קומן צום באנוצער.
- עס האט נישט אזויפיל שווערע דעזיין און גראפיקס און קאמפליצירטע באסעלעך(?) ווי די זייטל, נאר עס קומט אין די אגרעגעיטאר זייער טרוקן בלויז די טעקסט על פי רוב אן קיין עדס.
- יענער וועבזייטל האט ווייניגער אינפארמאציע איבער אייער פריוואטע אידענטיטעט, ער ווייזט נישט אייער איי.פי. (אינטערנעט פראטאקאל) אדערסע און ער שטאפט נישט מיט קיין קוקיס. א.א.וו.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!