תּרומה (אויפהויבן); מיט דעם וואָרט ווערט אָנגערופן אין תּנ"ך יעדע נדבה, וואָס מען גיט פאַר רעליגיעזע צוועקן ("ויקחו לי תּרומה", שמות כ"ה), און די דערקלערונג דערפון איז, ווייל ווען מען נעמט די זאך "הויבט מען זי אויף", מען "הויבט זי אַרויס" פון די אַנדערע זאַכן ("ותרומת ידכם", דברים י"ב).

שפּעעער האָט מען אָנגערופן תּרומה דעם טייל תּבואה וואָס מען האָט געגעבן אין ארץ-ישראל (און אין טייל שכנות-לענדער) די כהנים.

איידער מען האָט אַראָפּגענומען די תּדומה האָט מען די תּבואה נישט געטאָרט עסן, אָן מען האָט אַזאַ תּבואה גערופן „טבל". די תּרומה האָט געמעגט עסן נאָר אַ כהן און זיין פאַמיליע, ווי פרוי, זין, נישט-פאַרהייראטע טעכטער, אין אויך זיינע קנעכט. אַ לוי אָדער אַ ישראל האָט תּרומה נישט געטאָרט עסן.

וועגן דער פראגע וויפיל האָט מען געדארפט געבן תּרומה, זענען געווען פאַרשידענע מיינונגען; לויט איין מיינונג אַ פערציגסטל, אָבער אויב מען האָט געגעבן ווינציגער האָט מען אויך יוצא געווען (משנה תּרומות). אויך דער לוי האָט געדאָרפן[אויסקלארונג פארלאנגט] פון מעשר וואָס ער האָט באַקומען, געבן אַ צענטל דערפון צום כהן, און דאָס האָט געהייסן "תּרומת מעשר". די דינים וועגן תּרומה זענען פארהאן אין משנה "תּרומות".

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!