תרגום שני אַ תרגום און מדרש, דורכגעפלאָכטן מיט סיפּורי-מעשיות, אין אַראַמעאיש, צו מגילת אסתר.

די געלערנטע ווייזן אן, אַז דער תרגום איז נישט אַנטשטאַנען מיט אַמאָל און אַז טיילן פון אים זענען ווארשיינליך געשריבן געוואָרן אין 8טן יאָרהונדערט, און געוויסע טיילן אַזי שפּעט ווי אין 12טן יאָרהונדערט.

אַנטהאַלט אגדות וועגן שלמה המלך, זיין שטול, זיין קאַמף מיטן אשמדאי, דער מלכה שבא, אגדות וועגן אחשורוש, המן, מרדכי און אסתר, אַ טייל פון די אגדות שטאַמען פון אַראַבישע קוואַלן.

צום תרגום שני זענען פאַרהאַן שפּעטערע איבערזעצונגען אין העברעאיש ("פּתשגן הכתב"), יידיש; מען האָט אים אויך איבערזעצט אין אַנדערע שפּראַכן.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!