שלוח איז דער נאָמען פון אַ וואַסער-בעקן, אַמאָל אין אַלט-ירושלים, וועלכער האָט באַקומען געצויגן וואַסער פון קוואַל גיחון דורך אַן אונטערערדישן טונעל, וועלכער איז דערצו ספּעציעל געגראָבען געוואָרן אין דער צייט פון חזקיה מלך יהודה. דער טונעל האָט געהייסן "ניקבה" ("נקב", לעכערן, בויערן).

אין יאָר 1880 האָט מען געפונען אַ שטיין מיט אַן אַלט-העברעאישן אויפשריפט וועגן גראָבן די דאָזיגע ניקבה, און דער שטיין איז באַקאַנט אַלס דער "שלוח-שטיין".

ישעיהו הנביא פאַרגלייכט דאָס מלכות בית דוד צו די וואַסער פון שלוח, וועלכע פליסן פּאַמעליך (ישעיה ח' "מי השלוח ההולכים לאט לאט).


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!