ר' מנחם ב"ר בנימין רקאַנטי (פון דער איטאליענישער שטאט רקאַנטי), האט געלעבט אין איטאליע אינעם סוף פונעם דרייצנטן יאָר־הונדערט און אינעם אנהייב פון דעם פערצענטן יאָר־הונדערט.

ער האט געמאכט א פּירוש אויף תורה לויט קבלה (ווענעציע, 1523). דער פּירוש איז געווארן איבערגעזעצט אויף איטאליעניש. עס איז געווארן איבער געדרוקט מיט א פּירוש פון רבי מרדכי יפה אין לובלין אינעם יאר 1595.

ער האט געמאכט א פּירוש אויף די תפילות, טעמים פון די מצוות, אויך לויט קבלה; "פּסקי הלכות", און נאך. ער האט זיך באמיט צו ערקלערן קבלה פון דעם פילאזאפישן שטאנד־פּונקט. ער איז געווען דער איינציגער מקובל אין איטאליע אין זיין לעב צייט.