רוי:רחל בלאוושטיין
ישראלישע דיכטערין
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "רחל בלאוושטיין".
רחל בלאָוושטיין סלע (י"ט תשרי ה'תרנ"א, 2טן אקטאבער 1890 – כ"ט ניסן ה'תרצ"א, 16טן אפריל 1931), באַקאַנט מיטן פּען-נאָמען "רחל" אדער רחל די דיכטערין), איז געווען איינער פון די מערסט אָנגעזעענע פּאָעטן אין דער באנייט קלאסישער העברעישער פּאָעזיע.
ביאגראפיע
רחל (רעיה) בלאוושטיין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט סאַראַטאוו אויף די ברעגנס פון דעם וואָלגא טייך אין דער רוסלענדישער אימפעריע, די טאָכטער פון איסר-לייב בלאוושטיין און סאָפיאַ (מאַנדעלשטאַם). איר זיידע, הרב משה מאנדלשטאם, האט געדינט אלס רב פון דער אידישער קהילה פון קיעוו.
אין ישראלישער קולטור
- אין עטליכע שטעט אין מדינת ישראל זענען פארהאן גאסן מיט איר נאמען, און אין כפר סבא האט מען אויפגעשטעלט אין 2016 אן עלעמענטאר־שולע אויף איר נאמען.
- דעם 19טן פעברואר 1991 האט ישראל פאסט ארויסגלאזט א סעריע בריוומארקעס וועגן באקאנטע פרויען מיט פארטרעטן פון רחל אויפן בריוומארק פון 1.30 ש"ח.
- דעם 10טן אפריל 2011 האט מען אויסגעקליבן א פארטרעט פון רחל צוזאמען מיט פארטרעטן פון לאה גאלדבערג, נתן אלטערמאן און שאול טשערניכאווסקי פאר די נייע באנקנאטן פון מדינת ישראל. רחל איז אויסגעקליבן געווארן פאר די פון 20 נייע שקלים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!