רוי:רומבולער הריגה
די רומבולער הריגה איז געשען צוויי טעג (30סטן נאוועמבער, 1941 און 8טן דעצעמבער, 1941) ווען מ'האט געהרגעט 25,000 איד אין און אונטערוועגס דעם רומבולע וואלד לעבן ריגע, לעטלאנד, במשך חורבן אייראפע. אויסער דער פארנאנטער באבי יאר רציחה אין דער אוקראינע, איז דאס געווען דאס גרעסטע צוויי טעג אכזריות טאט ווערנט דעם חורבן. בערך 24,000 פון די קרבנות זענען געווען לעטישע אידן פון דער ריגע געטא און ארום 1,000 זענען געווען דייטשע אידן טראנספארטירט צום וואלד אין א פראכט באן. די רומבולע הריגה האבן אויסגעפירט די נאצי איינזאצגרופע A צוגעהאלפן מיט ארטיגע קאלאבארירער פון דער אראס קאמאנדא, געשטיצט דורך אנדערע לעטישע העלפער. די אפעראציע האט אנגעפירט דער עס עס פירער פרידריך יעקלן, וואס האט פריער אנגעפירט אנדערע הריגות אין דער אוקראינע. אויך רודאלף לאנגע און דער לעטישער הערבערטס צוקורס האבן אנטייל גענומען אין דער רציחה. די רומבולע מארדן זענען געווען א חשובער טייל פון דעם איינזאצגרופן פראצעס.[1]
רעפערענצן
- ↑ Einsatzgruppen trial, page 16, Indictment, at 6.F: "(F) On 30 November 1941 in Riga, 20 men of Einsatzkommando 2 participated in the murder of 10,600 Jews."
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!