רוי:רודי דזשוליאני

רודי דזשוליאני

ראדאלף וויליאם "רודי" דזשוליאני (געב' 28סטן מאי 1944) איז א געוועזענער מעיאר פון ניו יארק סיטי.

ער איז אין יאר 2009 געלאפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אויף דער טיקעט פון דער רעפובליקאנער פארטיי. ביז נאך די פריימעריס אין פלארידא, דארט האט ער שטארק פארלוירן, האט ער דענסמאמל אריינגעפירט דזשאן מעקעין. און 2016 איז ער געווען פון די ערשטע שטיצער פון דאנאלד טראמפ, און א אויסגערופענע פארטיידיגער. ער האט געהאט גרויס חשק אז טראמפ זאל אים שענקן די סעקרעטערי אפ סטעיט פאזיציע אבער און דעצעמבר 10, 2016 האט טראמפ געטוויט: דזשוליאני א גרויסער מענטש האט זיך אפגעזאגט פון דינען אינעם סטעיט דיפארטמענט

ער איז געווען שטארק מפורסם און באליבט ביי טיילן פון אמעריקאנער פאלק צוליב זיין העלדישער ראלע בשעתן סעפטעמבער 11 אטאקע וואס ער זעלבסט איז שיער נישט באגראבן געווארן טויט אין איין געביידע בשעתן צוזאמפאלן וואס ער האט זיך געפינען אינעווייניג ארגאנזירן די רעטונגס ארבעט.

ער איז אויך באקאנט אלס גאר א שטרענגער מאן וואס האט געמאכט סדר און אויסגעראטן פארברעכן אין ניו יארק סיטי, איבערהויפט איבערנעמעדיג די געזעצלאזע ווירטשאפט פון זיין פארגייער דעיוויד דינקינס וואס האט געלאזט די שווארצע דורכפירן די קראון הייטס ראיאטן. און אויך פאר דעם וואס ער איז געווען א מפורסמדיגער פראסעקיוטער וואס האט אריינגעשליידערט אין טורמע מאפיע און אויסגעראטן שווינדל און קארופציע פון די גרעסטע מאכטפולסטע ארגאניזאציעס.

זיין שטרענגקייט האט אים טאקע אראפגעפירט אין די אויספרעגן בעפאר די סעפטעמבער 11 אטאקעס צוליב די מערערע אינצידיענטן פון פאליציי ברוטאליטעט און זיין קאלטקייט לגבי די ליידן פון די קרימינאלן.

ער איז שוין געגט צוויי מאל, און ווערט באטראכט אלס ליבעראלער פאליטיקער ווען עס קומט צו סאציאלע מאראלן ווי פאמיליע ווירדן

די אידן אין ניו יארק האבן צו אים א ספעציעלע נאנטקייט, ער איז געווארן בירגערמייסטער נאך דעיוויד דינקינס, און אזוי ווי אסאך אידן האבן געשפירט ווי דינקינס אלס שווארצער נעמט זיך מער אן פאר די רעכטן פון די שווארצע, אויפן חשבון פון די אידן פון ניו יארק, דעריבער האט ער געפונען חן ביי די אידן פון ניו יארק, אויך ביי די חרדישיע אידן ווי אין בארא פארק און אין וויליאמסברורג איז ער באליבט[מקור פארלאנגט], אין וויליאמסבורג איז דא א גאס וואס הייסט זשוליאני פלעס פאר זיין כבוד וועגן.

פריערדיגער:
דעיוויד דינקינס
בירגערמייסטער פון ניו יארק
1994-2001
נאָכפאלגער:
מייקל בלומבערג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!