רוי:רבי שלמה שפירא

אבד"ק מונקאטש

רבי שלמה שפירא (ה'תקצ"ב - כ"א סיון ה'תרנ"ג) רב אין מונקאטש, און דער ערשטער רבי פון מונקאטשער חסידות.

אפשטאם

רבי שלמה איז געבוירן אין ריבאטיטש ביים זיבעטן ליכטל פון חנוכה ה'תקצ"ב, צו זיין פאטער רבי אלעזר שפירא פון לאנצהוט, א זון פון דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת טויבע חוה, א טאכטער פון רבי יהושע העשל האלישׂ פון דוקלא. דער זיידע דער בני יששכר האט געשיקט א שליח צו געבן דעם נאמען 'שלמה' מטעם הכמוס.

אין עלטער פון אכט יאר איז געקומען א שליח פון רבי שמעלקא סאסובער, א זון פון רבי משה לייב סאסובער, אים צו פארהערן. נאכהער אין יאר ה'תרי"א האט ער חתונה געהאט אין נאדווערנע, מיט רבי שמעלקא'ס טאכטער מרת חיה פרימא רבקה.

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי שלמה געווען אין סאסוב מען האט אים דארט אויפגענומען אלס דיין, אין יאר תרי"ז איז רבי שלמה געווארן רב אין סטריזוב, אין תרמ"ב האט רבי שלמה אנגענומען דאס רבנות אין מונקאטש.

הסתלקות

רבי שלמה איז נפטר געווארן כ"א סיון ה'תרנ"ג.

קינדער

זיינע קינדער זענען געווען:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!