רוי:רבי צבי הירש אשכנזי

דער חכם צבי

רבי צבי הירש בן יעקב אשכנזי (ה'תט"ז - א' אייר ה'תע"ח), לעמבערג) איז געווען א רב און א פוסק, פון די גרעסטע גאונים אין זיין צייט. ער איז באקאנט מיט זיין ספר שו"ת חכם צבי. ער איז געווען א אייניקל פון דעם גאון שער אפרים.

יונגע יארן

דער "חכם צבי" איז געבוירן אין מעהרן אין תט"ז (1656) צו זיין פאטער, הרב יעקב ז"ק (=זרע קודש). ער האט געלערנט ביי זיין זיידע, הרב אפרים הכהן (רב פון אלט אויבן, אונגארן) בעמח"ס שער אפרים. אלס בחור האט ער געוואנדערט אין סאלאניקי, דארט האט ער געלערנט צוויי יאר ביי הרב אליהו קאבא. נאכדעם איז ער צוריקגעקומען קיין אלט אויבן, וואו ער האט חתונה געהאט און עס איז זיי געבוירן א טאכטער. אין תמ"ו האט די עסטרייכער ארמיי אטאקירט אלט אויבן, און זיין ווייב און טאכטער זענען געהרגעט געווארן ווען זיין הויז האט געכאפט א שאס פון א קאנאן און איז איינגעפאלן.[1] איידער די עסטרייכער האבן איינגענומען די שטאט, איז ער אנטלאפן קיין סאראיעווא. דארט האט מען אים אויפגענומען אלס שטאטס רב.

אין תמ"ט האט ער זיך געצויגן קיין בערלין און ער האט חתונה געהאט דארטן זיין זיווג שני שרה רבקה, די טאכטער פון הרב משולם זלמן מירלש ניימארק, אב"ד קהילות אה"ו. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט 18 יאר אין אלטאנע.

זיין מלחמה קעגן כת שבתי צבי

ער האט זיך שטארק דערקעגנט צו שבתי צבי. כאטש אין פאקט איז ער געווען א שטיק צייט נאך ש"ץ אבער ער האט גאר שטארק זיך געקריגט מיט אלע וואס האלטן פון ש"ץ, בעיקר איז זיין מלחמה געווען קעגן דעם נביא פון שבתי צבי, נחמיה חיוון. ער האט עס אנגערופן מלחמת נח"ש [נ'חמיה ח'יוון ש'ר"י], ער האט אים געלייגט אין חרם ער האט געשריבן פאר אלע קהילות פון אידן אז מען טאר מיט אים נישט האבן קיין משא ומתן, דאס האט זייער באנק געטון פאר די אידן אין אמסטערדאם ווען ער איז געווען דארטן רב, און זיי האבן אים זייער גע'רודפ'ט, מען האט גע'מסרט פאר דער רעגירונג. דער חכם צבי האט געקענט אויפווייזן פאר דער רעגירונג אז ער איז גערעכנט אבער עס וואלט דערפון ארויס געקומען א חילול השם דעריבער איז דער חכם צבי אנטלאפן פון דארט, אבער אלע וואס האבן אים געטשעפעט האבן געליטן שווערע שטראף ווי זיין זון פארציילט אין זיין ספר עדות ביעקב דמ"ח ע"ב.

ער איז געלאפן מיט זיין גאנצע הויזגעזינד קיין לעמבערג און דארט האט מען אים אויפגנומען פאר דער "רב המדינה פון לעמבערג, ער האט דארט געהאט אסאך כבוד, אפילו די שטאט הויפן האבן אים זייער מכבד געווען.

איינער פון זיינע זין איז רבי יעקב עמדין באקאנט אלס דער יעב"ץ.


דער יעב"ץ שרייבט [2] איך האב געהערט אז דער רמב"ן האט אין בית הכסא געליינט ביכער פון די חכמי אומות העולם, כדי ער זאל נישט טראכטן פון תורה, און אזוי איז אויך געווען דער מנהג פון מיין טאטן דער חכם צבי.


ער איז איז נסתלק געווארן אין יאר תע"ח דעם צווייטן טאג פון ראש חודש אייר.

דער יעב"ץ שרייבט אויף זיין טאטן: אלע חכמים פון אונזער דור זאגן עדות אז מיין טאטע איז געווען א אוצר בלום פון דער תורה ער האט געקענט מקרא, משנה, ש"ס, אלעס איז געווען געוואנט אויף זיין מויל אויף אויסענווייניג (שו"ת שאילות יעב"ץ ח"א סי' כ"ד).

ער איז געווען באקאנט אין די טויערן פון חכמה, ער האט געקענט דעם גאנצן זוהר און קבלת האר"י הק' איז געווען זיין לערנען יעדן טאג, אבער דאס איז געווען פארהוילן און בצנעה (סידור יעב"ץ בהקדמה).

רעפערענצן

  1. יעקב עמדן, מגילת ספר
  2. (שו"ת שאילות יעב"ץ סי' י')

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!