רוי:רבי נפתלי האלבערשטאם (טשאקאווע)

טשאקאווער רבי

רבי נפתלי האלבערשטאם איז דער טשאקאווער רבי און דער פארזיצער פון דעם וועד הכשרות פון דער עדה החרדית.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן צו רבי יעקב, טשאקאווער רבי, אן אור-אייניקל פונעם דברי חיים פון צאנץ. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר תשכ"ח האט ער אנגעהויבן צו פירן אין זיין פאטער'ס בית מדרש אין ירושלים.

ער דינט ווי פארזיצער פונעם וועד הכשרות פון דער עדה החרדית אין ירושלים, און איז פאראנטווארטלעך פאר די פסקי הלכה אין די געביטן.

זיין ברודער איז געווען הרב רבי משה האלבערשטאם, דיין אינעם בית הדין פון דער עדה החרדית. זיינע איידעמער זענען הרב שלמה געשטעטנער (זון פון הרב נתן געשטעטנער) א מו"צ אין דער עדה החרדית, רבי צבי כהנא דער אדמו"ר פון זידיטשוב ספינקא ירושלים און רבי יצחק יהודה טווערסקי, מגיד שיעור אין דער ראחמיסטריווקער ישיבה "מאור עינים".

  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!