רוי:רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא)

רבי מרדכי לייפער זצ"ל (י"ט אייר ה'תקפ"ה - ט"ו תשרי ה'תרנ"ה), רבי פון נאדווארנא.

אפשטאם

רבי מאטאלע נאדווערנער איז געבוירן י"ט אייר ה'תקפ"ה צו זיין פאטער רבי ישכר דוב בערטשע לייפער, רבי אין נאדווארנא, א זון פון רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרימישלאן, א זון פון רוי:רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון רבי אברהם לייב בלאך, א זון פון רבי חיים גבריאל בלאך, מחבר פון ספר יפה נוף, א זון פון רבי יוסף פון אלעסק, מחבר פון ספר גנזי יוסף.

רבנות

רבי מאטאלע האט זיך אוועק געצויגן פון נאדווארנא קיין גאליציע, און נאכהער אין יאר ה'תרכ"ה האט ער זיך באזעצט אין אונגארן, קודם איז ער געוווען אין קיוויאשד נאכהער אין חוסט, און שפעטער אין באשטינא.

גדולי הדור האבן אים געלויבט ווען ער איז געווען א יונגערמאן. הרב אברהם יהודה שווארץ, רב פון מאד, אונגארן, און מחבר פון שו"ת "קול אריה" האט אים געהאלטן פאר אן איש קדוש.

קבלה פון אליהו הנביא

רבי מאטעלע האט מקבל געווען דריי זאכן פון אליהו הנביא.

1) אז סוף זמן אכילת חמץ ערב פסח איז אכט אזייגער.

2) אז ערב פסח צופרי זאל מען מאכן א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.

3) אז ס'איז גוט צו ניצן אונגארישע וויין פאר ארבע כוסות.

און זיינע אייניקלעך פירן זיך טאקע אזוי

הסתלקות

רבי מאטאלע איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג סוכות ט"ו תשרי ה'תרנ"ה.

זיין פאמיליע

רבי מאטאלע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון רבי שמואל שמעלקא טויבש, רב אין יאס. זיינע קינדער:

זיינע ספרים

  • מאמר מרדכי
  • אור מרדכי
  • גדולת מרדכי
  • תפארת מרדכי

זעט אויך

רעפערענצען

  • פנים מאירים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!