רוי:רבי מנחם קאליש

אמשינאווער רבי

רבי מנחם קאליש זצ"ל (ה'תר"כ - ט"ז כסלו ה'תרע"ח) איז געווען דער צווייטער אמשינאווער רבי. ער איז געווען פון די חשבסטע אין פוילן און האט מוסר נפש געווען פאר צרכי ציבור.

אפשטאם

רבי מנחם איז געבוירן אין יאר ה'תר"כ צו זיין פאטער רב יעקב דוד קאליש, רב אין אמשינאוו, א זון פון הרב רבי ישראל יצחק קאליש "דער אלטער ווארקער רבי". און צו זיין מוטער מרת חיה, א טאכטער פון הרב יעקב פון זארנאווצע

רביסטעווע

צו אכצן יאר, אין יאר ה'תרל"ח, איז רבי מנחם געווארן רבי נאך זיין פאטער'ס פטירה. ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן אין יאר ה'תרע"ד האט ער זיך געצויגן פון אמשינאוו קיין ווארשע, וואו מ'האט געהאלטן אז די געפאר איז נישט אזוי גרויס. אין ווארשע האט ער געארבעט אסאך לטובת די פליטים וואס האבן אריינגעשטראמט אין דער שטאט.

איינע פון די פליטים אין ווארשע איז געווען א פרוי וועמען'ס קינד איז פארשוואונדן צווישן די אלע מענטשן אונטערוועגס. זי איז געקומען צום רבי'נס שטוב טראגענדיק די קישן אויף וואס דאס קינד איז געפאלן. הערנדיק איר געשריי, האט דער רבי געהייסן זיין גבאי זי אריינצולאזן. זי איז געשטאנען אויפן שוועל פון זיין טיר, געקוקט אויפן רבי'ן, און שווייגנדיק געמערמעלט איר קלעם. "בת ישראל", האט דער רבי געזאגט איר, "וויינט נישט. מיין הארץ טוט וויי און מיינע אויגן גיסן טרערן, אזוי ווי איר, טייערע מוטער." ווען דער רבי האט נאר אויסגערעדט די ווערטער, האט ער געכאפט א הארץ-אטאק. ווען דער דאקטאר איז געקומען, האט ער גע'טענה'ט צום רבי'ן: "עס שטייט טאקע ואהבת לרעך כמוך, אבער דער רבי מוז געבן אכט אויף זיין געזונט".[1]

פאמיליע

רבי מנחם האט געהייראט מרת אסתר גאלדא, א טאכטער פון הרב שמואל משה אלבערשטיין פון ביאלא. זייערע קינדער:

  • יעקב דוד (אוועק יונגערהייט)
  • מרת יוטא פייגא, די ווייב פון הרב ישראל נח אייגער (א זון פון לובלינער רבי'ן דער שבט מיהודה)

זעט אויך

רעפערענצן

  1. המודיע, נומער 865 (ט"ז כסלו תשס"ח)
פריערדיגער:
רבי יעקב דוד קאליש
אמשינאווער רבי
תרל"ח - תרע"ח
נאָכפאלגער:
רבי יוסף קאליש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!