רוי:רבי מנחם בנימין בן-ציון ראטטענבערג
רבי מנחם בנימין בן-ציון הלוי ראטטענבערג זצ"ל, (ה'תרמ"א - כ"ג ניסן ה'תשי"ז), וואוידיסלאווער רבי אין ברוקלין.
אפשטאם
רבי מנחם בנימין בן-ציון איז געבוירן אין וואלבראם אין יאר ה'תרמ"א, צו זיין פאטער, הרב אהרן האלבערשטאם, רב אין ביאלא-ביליץ, א זון פון הרב רבי יוסף זאב האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רבקה רחל א טאכטער פון הרב אלטער מאיר דוד הלוי ראטנבערג , רבי פון וואלבראם, א זון פון הרב יצחק מענדל הלוי ראטנבערג, א זון פון הרב פנחס הלוי ראטנבערג, פון אפטא, א זון פון הרב רבי מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער אור לשמים.
רבנות
אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי מנחם בנימין בן-ציון געקומען קיין אמעריקא און געעפענט זיין בית המדרש "דברי חיים", ער איז געווען פון די אנפירערס פון אגודת ישראל און פון אגודת האדמורי"ם.
הסתלקות
פאמיליע
אין יאר ה'תרנ"ט האט רבי מנחם בנימין בן-ציון געהייראט בזיווג ראשון מרת ברכה א טאכטער פון הרב מרדכי זאב הלוי שטערנפעלד-הורוויץ, זי איז נפטר געווארן ט' אייר ה'תרס"א.
אין יאר ה'תרס"ג האט רבי מנחם בנימין בן-ציון געהייראט בזיווג שני מרת הענא רעכיל א טאכטער פון הרב אברהם חיים ראובן ראטנבערג, רב אין וואוידיסלאוו. זייערע קינדער:
- הרב יעקב משה האלבערשטאם.
- הרב יצחק שלום ראטטענבערג-האלבערשטאם.
- אברהם ראטטענבערג.
- אלטער ראטטענבערג.
- מרת רבקה.
- מרת גאלדא.
- מרת רייזל.
- הרב מאיר דוד ראטענבערג.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!