רוי:רבי ישראל אברהם פארטוגאל

רבי ישראל אברהם פארטוגאל
געבורט י"ח סיון ה'תרפ"ג
סקולען
פטירה כ"ה אדר ב' ה'תשע"ט
דינאסטיע סקולען
2'טער סקולען'ער רבי
תשמ"ג–תשע"ט

רבי ישראל אברהם פּאָרטוגאַל (י"ח סיון ה'תרפ"גכ"ה אדר ב' ה'תשע"ט) איז געווען דער צווייטער סקולענער רבי, וואָס האָט איבערגענומען די פירערשאַפט פון זיין טאַטן אין כ"ט אב תשמ"ב.

כאטש זיין טאַטע האָט געוואוינט די לעצטע פאר יאר אין וויליאַמסבורג האָט ער געהאט זיין דירה אין באָראָ פּאַרק. אָבער פארט פלעגט דער רבי פארברענגן במשך העלפט פון די ימים טובים אין זיין טאטענ'ס בית מדרש אין וויליאמסבורג, אַזוי אויך די צווייטע העלפט חנוכה ווי אויך אַנדערע צייטן פונעם יאָר, צ.ב.ש. ל"ג בעומר.

צוליב זיין געזונט צושטאַנד פלעגט ער צומאל וויילן אין דער קאנטרי געגנט, ווי אין ראזענ'ס באנגעלא אין סוואן לעיק[1], און שפעטער האט ער אפגעקויפט אן אייגענעם שטח מיט עטליכע דירות דערויף נעבן דעם נייעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לייק, וואו ער האט גענאסן סיי פון וואס עס איז אין די בערג מיט פרישע לופט און אלע צוגעהערן, און סיי פון וואס דאס איז הארט נעבן א הערליכן חרדי'שן יישוב וואס ברענגט אז אלע צוגעהערן וואס קען זיך אויספעלן זאל ער האבן נאנט צו דער האנט.

פאר זיין פטירה איז ער געווען פון די איינציגע רבנים וואס זענען נאך געווען פונעם אלטן דור, און ממילא חוץ וואס ער האט אליינס געהאט א גרויסן ציבור וואס געהערן אן צו אים, זענען געקומען צו אים אויך פון אנדערע שיכטן און קרייזן צו זען א איד נאך פון פארגאנגענעם דור וואס האט זיך מוסר נפש געווען הינטער דעם אייזערנעם פארהאנג צו היטן תורה און אידישקייט און ערציען יתומים מיט יתומות אויפ'ן ערליכן וועג.

דער רבי איז געווען ברייט באוואוסט מיט זיין מלחמה קעגן טעכנעלאגיע, קעגן טעלעוויזיע און לעצטנס קעגן דעם אינטערנעט. דער רבי איז געשטאנען בראש פונעם כינוס כלל ישראל-הצלת הדורות.[2]

דער רבי איז נפטר געווארן דינסטאג כ"ה אדר ב' ה'תשע"ט, אינעם דזשאנס האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, און צומארגנס מיטוואך איז פארגעקומען די לויה צו ערשט אין בארא פארק, וואו קרוב צו הונדערט טויזנט אידן האבן אים באגלייט, און דערנאך איז ער געקומען לקבורה אינעם בית החיים ד'קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי, נעבן זיין פאטער.

משפחה

דער רבי האט געהאט חתונה געהאט (ח' שבט תש"י)[3] מיט הרבנית רייזל, די טאכטער פון הרב מנחם זאב שטערן, רב פון אויבער ווישעווע און שפעטער גבעת שאול ב'. די חתונה איז פארגעקומען אין קלויזנבורג, בערך האלבוועגס צווישן דער פלאץ פונעם חתן (בוקארעשט) און דער פלאץ פון דער כלה (אויבער ווישעווע). זיי האבן געהאט פינף זין און דריי טעכטער:

  • הרב ישעיה יעקב, וואס האט איבערגענומען זיין פאטער אלס סקולענער רבי, ונשיא מוסדות חסד לאברהם. בעפאר איז ער געווען רב אין קהילת "מאור הגולה" אין מאנטריאל.
  • הרב מאיר, סקולענער רבי פון וויליאמסבורג.
  • הרב אפרים חיים יודא, סקולענער רבי פון מאנסי.
  • הרב צבי נח, סקולענער רבי פון לעיקוואד.
  • הרב שמואל מרדכי, סקולענער רבי פון ירושלים (אן איידעם ביי זיין שוועסטער הרבנית לאה ליבא שטערן).
  • הרבנית לאה ליבא, די ווייב פון הרב חיים דוב שטערן, רב קהילת סקולען אין בני ברק.
  • הרבנית חיה שרה, די ווייב פון הרב שמעון יואל וויינבערגער, וויטקער רב אין וויליאמסבורג.
  • הרבנית נחמה, די ווייב פון הרב דוד לייב קלוגהויפט, אדמו"ר מסטרעליסק וראש כולל סקולען בארא פארק.

רעפערענצן

  1. פון נאך די פטירה פון אמשינאווער רבי, וועלכע האט געוויילט אין ראזענ'ס בעפאר אים.
  2. וואס איז פארגעקומען א' במדבר, ער"ח סיון תשע"ב, אין דעם סיטי פילד סטאדיום
  3. הנה באהל, זייט 141-142

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!