רוי:רבי יצחק פון ראדוויל

רבי יצחק פון ראדוויל זצ"ל (ה'תקי"א - י"א אייר ה'תקצ"ה), דער צווייטער זון פון זלאטשאווער מגיד.

אפשטאם

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תקי"א צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש.

רבנות

רבי איציקל איז געווען באוואוסט פאר זיין צדקות און גרויסקייט אין לערנען, רבי איציקל שרייבט אין זיין ספר אור יצחק, אז זיין פאטער האט אויף אים געזאגט אז ער איז געגליכן צום חומש שמות, דיין לעבען וועט שטענדיג זיין פארנימען מיט אויסוואנדערונגן פון ארט צו ארט, און זיין געפלאגט פון קריגערייען, אבער די תורה וועט זיין אין דיר וויבאלד דער תורה איז געגעבן געווארן אין דעם ספר.

רבי איציקל איז ערשט געווען רב אין ראדוויל, שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אויף זיין צווייטן שווער'ס ארט אין נאדווארנא, נאך א קורצע צייט האט זיך דארט צופלאקערט א פייער צווישן רבי איציקל'ס חסידים און צווישען די קאסובער חסידים איבער די שוחטים פון שטאט, און רבי איציקל איז צוריק געפארן קיין ראדוויל.

א צייט שפעטער האט דער חוזה פון לובלין ערלעדיגט מען זאל אויפנעמען רבי איציקל רב אפאטשנא, אויך איז רבי איציקל געווען א צייט רב אין רימאנאוו, באטאשאן, פאלטישאן, און אין יאס.

הסתלקות

רבי איציקל איז נפטר געווארן י"א אייר ה'תקצ"ה.

זיין פאמיליע

רבי איציק'ל האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב משה שהם פון דאלינא.זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי איציקל געהייראט א טאכטער פון הרב צבי הירש פון נאדווארנא פארפאסער פון ספר "צמח ד לצבי". זייערע קינדער"

  • די ווייב פון הרב צבי רבי ישעי'ס, פון האליטש.

זיינע ספרים

  • אור יצחק

זעט אויך

רעפערענצען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!