רוי:רבי יעקב יצחק פון פשיסחא

רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל (ה'תקכ"ז - י"ט תשרי ה'תקע"ד), רבי אין פרשיסחא, באקאנט אלס דער איד הקדוש, דער גרינדער פון דעם פוילישן שטייגער אין חסידות.

אפשטאם

רבי יעקב יצחק איז געבוירן אין פשעדבארז אין יאר ה'תקכ"ז צו זיין פאטער הרב אשר, רב אין פשעדבארז.

רבנות

רבי יעקב יצחק איז נאך אין זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו חסידות דורך דעם רבין הרב דוד פון לעלוב, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון חוזה פון לובלין. וויבאלד מען האט נישט געוואלט רופן רבי יעקב יצחק ביים נאמען פון זיין רבין האט מען אים געריפן דער איד הקדוש.

נאך ביים לעבן פון זיין רבין דער חוזה, האט דער איד הקדוש אויפגעשטעלט זיין אייגענעם חסידישן הויף אין פרשיסחא, געגרינדעט אויף זיין אייגענעם שטייגער, ארום גענומען מיט לומדים און שארפע יונגעלייט, שפעטער באקאנט אלס פוילישע חסידים, וועלכעס האט ארויס גערופן א שפאלטונג מיט די אנדערע תלמידים פון חוזה.

הסתלקות

רבי יעקב יצחק איז נפטר געווארן י"ט תשרי ה'תקע"ד, אין ליגט אין פרשיסחא.

פאמיליע

זיינע קינדער:

זיינע תלמידים

פון זיינע באקאנטע תלמידים:

זעט אויך

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!