רוי:רבי ינאי

אמורא פון ערשטן דור אין ארץ ישראל

רבי ינאי (אויך: "רבי ינאי רבה") איז געווען אן אמורא, אין ערשטן דור פון אמוראים אין ארץ ישראל (סוף צווייטן יארהונדערט). ער איז געווען א תלמיד פון רבי יהודה הנשיא.

רבי ינאי איז געווען זייער רייך[1]. ער האט געגרינדעט א ישיבה אין עכברא, וועלכע איז באקאנט געווארן מיטן נאמען "דבי רבי ינאי" און ווערט דערמאנט אין פיל ערטער אין בבלי און ירושלמי. ער האט אויסגעהאלטן זיינע תלמידים, וועלכע האבן געארבעט אויף זיינע פעלדער[2]. ער איז אויך געווען א גבאי פון צדקה[3].

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!