רוי:רבי יוסי בר זבידא
אמורא פון דריטן און פערטן דור אין ארץ ישראל
רבי יוסי בר זבידא איז געווען אן אמורא אין ארץ ישראל אין פערטן דור פון אמוראים, וועמענ'ס הלכות זענען פארהאן אין זייער פיל ערטער אין ירושלמי און טיילמאל אויך אין בבלי.
זיין חבר איז געווען רבי יונה. אין ירושלמי[1] ווערט דערציילט, אז ער האט געשיקט קיין אלעקסאנדריע דעם חשבון פון קידוש החודש ("סדרי מועדות"). לויט טייל מיינונגען זאל ער האבן מסדר געווען דעם תלמוד ירושלמי.
ביבליאגראפיע
זעט: ווייס, "דור דור ודורשיו", חלק ג'
רעפערענצן
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!