רוי:רבי יהודה צדקה

ראש ישיבה פון פורת יוסף
יהודה יהושע חיים צדקה
געבורט ג' שבט תר"ע
טויט י"ב חשוון תשנ"ב (אלט: 81)
טעטיקייט ארט ירושלים Flag of Israel.svg מדינת ישראל
באלאנג חרדים ספרדים
אמטן ראש ישיבה פון פורת יוסף
זיינע רביס הרב יעקב חיים סופר, הרב שלמה עבו מערבי גרינדער פון אוצרות התורה ללימוד התלמוד, הרב רבי עזרא עטייה
חיבורים קול יהודה

הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה (געבוירן ג' שבט תר"ע - י"ב חשוון תשנ"ב; 13טן יאנואר 1910 - 20סטן אקטאבער 1991) איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרד'ישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורני נעצווערק.

מציבה פון הרב צדקה

ביאגראפיע

הרב צדקה איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שאול צדקה (ברודער פון הרב צדקה חוצין) און זיין ווייב שמחה, א טאכטער פון פרחה, שוועסטער פון הרב יוסף חיים, דער "בן איש חי". מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן - הרב יהודה סאמעך פון באגדאד. זיין מוטער האט אים צוגעגעבן דעם נאמען יהושע נאך א חלום, און ווען ער איז געווארן קראנק האט מען אים צוגעגעבן דעם נאמען חיים. ער האט געלערנט אין דער בני ציון חדר און אין דער פורת יוסף ישיבה. אין יאר תרצ"ד (1934) האט ער געהייראט פהימא באטאט. אין יאר תרצ"ז (1937) האט הרב רבי עזרא עטייה אים באשטימט צו זאגן שיעורים אין פורת יוסף, אלס ממלא מקום פון הרב אליהו לאפעס וואס איז נפטר געווארן יענע יאר.[1] אין יאר תש"ל (1970) האט מען אים באשטימט ראש ישיבה.

זיין משפּחה

ער האט חתונה געהאט אין א ערשטע חתונה מיט רביצין פאהימא (באטאט). זייערע קינדער:

הרב רבי יהודה צדקה ער האָט חתונה געהאַט א זיווג שני מיט רביצין תמר (טאכטער רבי מיימון אסודרי מישיבת פורת יוסף העתיקה).

זיינע חשובים תלמידים

 
פון רעכטס צו לינקס: הרב רבי עובדיה יוסף, הרב יעקב עדס, הרב מאנצור בן שמעון און הרב צדקה
 
הרב יהודה צדקה (שטייעדיג) רעדט; אינמיטן הרב בן-ציון אבא-שאול

זיינע ספרים

  • קול יהודה דרושים אויף די פרשיות פון דער וואך, חידושים אויף הש"ס און מאמרים
  • הגדה של פסח - קול יהודה מיט מבוא (מהדורת חדד)

דרויסנדיגע לינקס

  • נר יהודה - ספר פון רב יעקב חיים סופר מירושלים (איניקל פון שוועסטר), קונטרס "יהודה יעלה", נר יהודה, תשנ"ב, אוצר החכמה וועבזייטל.

רעפערענצן

  1. גליון תור הזהב, הדרך, ו בחשוון תשע"ח, ראיון עם בנו הרב דוד צדקה
פריערדיגער:
הרב רבי עזרא עטייה
ראש ישיבה פון פורת יוסף
צוזאמען מיט הרב בן ציון אבא שאול

תש"ל - תשנ"ב
"קול יהודה"
נאָכפאלגער:
הרבנים משה צדקה און שלום כהן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!