רוי:רבי זלמן סענדער כהנא שפירא

ליטווישער רב און ראש ישיבה
הרב זלמן סענדער כהנא-שפירא
געבורט ה'תרי"א
טויט כ"ג שבט ה'תרפ"ג (אלט: 72 בערך)

הרב שלמה זלמן סענדער כהנא שפירא (ה'תרי"א - כ"ג שבט ה'תרפ"ג) איז געווען רב און ראש ישיבה אין מאלטש, (Малеч - היינט אין בעלארוס), און דערנאך אין קריניק, און קאמפאזיטאר פון ניגונים און נוסחאות התפלה וועלכע ווערט נאך היינט געזונגען ביי די ליטווישע קרייזן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו זיין טאטע רבי יעקב שפירא וועלכער איז געווען א זון פון רבי משה, אן איידעם ביי רבי חיים וואלאזשינער.

ער האט געלערנט ביי זיין טאטן און דערנאך אין דער בארימטער וואלאזשינער ישיבה צוזמען מיט רבי חיים סאלאווייטשיק, דער שפעטערדיגער בריסקער רב.

דורכאויס זיינע יארן, איז ער געווען בארימט אלס פועל ישועות און אדרעס וואו מען קומט זיך מזכיר זיין פאר א ברכה אויף ישועות און רפואות.

אין יאר תרפ"א איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, וואו ער האט באקומען א גרויסן קבלת פנים ביים אנקומען קיין יפו, און זיך באזעצט אין שכונת שערי חסד אין ירושלים וואו ער האט געוואוינט ביז זיין פטירה.

ער איז באערדיגט געווארן אין די חלקת הפרושים אויף הר הזיתים.

רבנות

אין יאר תרנ"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין מאלטש און שפעטער אלס ראש ישיבה ענף עץ חיים אין דער שטאט.

צוליב די ווינטן פון השכלה און ציונות וועלכע האבן געבלאזן אין שטאט, האט ער זי איבערגעלאזט אין יאָר תרס"ג און געגאנגען קיין קריניק וואו ער האט מיטגענומען טייל תלמידים און דארט אויפגעשטעלט זיין ישיבה פונדאסניי.

זיין רבנות אין מאלטש איז איבערגענומען געווארן דורך הגאון רבי שמעון שקאפ, וועלכער האט זי אויך איבערגעלאזט נאך קנאפע פיר יאר.

קינדער

תלמידים

ספרים

מען האט געדרוקט זיינע כתבים אויף סדר קדשים און נשים אונטערן נאמען חידושי הגרז"ס.

קאמפאזיציעס

  • ובשופר גדול
  • מה נאמר לפניך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!