רוי:ראמעא און יוליא

די ערשטע געדרוקטע פאסונג פון דעם שוישפיל, ה'שנ"ז.

ראָמעאָ און יוליאַ (ענגליש: Romeo and Juliet) איז א טראגעדיע פון וויליאם שייקספיר, געשריבען פון ה'שנ"א צו ה'שנ"ה און מסתמא ערשט געשפילט אם ה'שנ"ז. דער שטוק באזירט זיך אויף די טראגישע מעשה פון ראמעאס און יוליא (The Tragical History of Romeus and Juliet), איבערגעזעצט פון אן אונבאקאנטן קוואל אויף ענגליש אם ה'שנ"ב דורך ארטהור ברוק. פראפעסאר גארי טיילאר גלויבטע דאס אין שייקספיר'ס לעבענסצייט, "ראמעא און יוליה" האט געווען נאר די זעכסטע פון זיינער פארשטעלונגען אין פּאָפּולאַריטעט,[1] אבער היינט איז זי פילייכט זיינער באקאנטעסטע ווערק, נעבען האמלעט, און איינער דער בארימטסטע שוישפילער איבערהויפט. דער ערשטר אקטיאר וואס האט געשפילט ראמעא, אין ארום ה'שנ"ז, איז געווען ריטשארד ברבאזש, און די ערשטע יוליא האט געווען א יונגערמאן, ראבערט גאפע; דעמעלסט ווערן פרויען נישט ערלויבט צו שפילען ביי טעאטער.[2] נאר אם ה'תכ"ב שפילטע א פרוי, מרי סאַונדערסאָן, די ראלע צום ערשטען מאל.[3]

דער שוישפיל איז נאך יידיש איבערגעזעצט געווארן דורך דוד משה הרמאלין אין ה'תרנ"ד, און ערשט געשפילט אם י"ג אלול דעמזעלבן יאר, אויף די בינע דעס "טאליא טעאטער", ניו יארק, מיט קעני ליפצין אלץ יוליא און באריס טאמאשעווסקי אלץ ראמעא.[4] "ראָמעאָ און יוליאַ" האט אינספירירט א סך קינסטלער פון פארשיידענע פעלדער צו שאפן פארשטעלונגען, פילמס, מוזיק, טענץ און נאך. אין סוף פון תש"ע איז אַרויס אַ ייִדיש־שפּראַכיגע ווערסיע פונעם פילם מיטן נאָמען "ראָמעאָ און יוליאַ אויף יידיש" ("Romeo and Juliet in Yiddish").

יידישע איבערזעצונגן

  • י. גאלדבערג, ראמעא אונ זשוליעטע : טראגעדיע אינ 5 אקטנ, מעלוכע־פארלאג פונ ווייסרוסלאנד, נאצסעקטער, ה'תרצ"ה.

קוואלן

  1. Taylor, Gary (2002). Shakespeare plays on Renaissance Stages. In Wells, Stanley; Stanton, Sarah. The Cambridge Companion to Shakespeare on Stage. Cambridge: Cambridge University Press. זייטה 18.
  2. Halio, Jay (1998). Romeo and Juliet: A Guide to the Play. Westport: Greenwood Press. זייטה 97.
  3. Halio, זייטה 102.
  4. Joel Berkowitz. Shakespeare on the American Yiddish Stage. University of Iowa Press, 2005. זייטה 141.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!