רוי:ראדיאאקטיוויטעט
ראַדיאאַקטיוויטעט איז דער פראצעס ווי אן אטאמקערן פון אן אומסטאבילן אטאם פארלירט ענערגיע ביים ארויסלאזן טיילכלעך.
די ערשטע שטראלונג פראצעסן וואס מען האט אויסגעפונען זענען געווען אלפא שטראלונג, בעטא שטראלונג, און גאמא שטראלונג.
די מערסטע אטאמען זענען סטאביל און נישט ראדיאאקטיוו.
למשל, נארמאל האבן קוילנשטאף אטאמען אין זייער קערן זעקס פראטאנען און זעקס נייטראנען; דאס ווערט גערופן קוילנשטאף-12, ווייל צוזאמען האט דער אטאם אן אטאם־מאסע פון 12 פראטאנען און נייטראנען. ווען דער אטאם האט נאך צוויי נייטראנען האט ער אן אטאם־מאסע פון 14; דאס רופט מען קוילנשטאף-14. אין אזא פאל איז ער ראדיאאקטיוו.
ראדיאקטיווע אטאמען קענען זיין שעדלעך צו מענטשליכן געזונט.
דער ערשטער וואס האט אנטפלעקט ראדיאאקטיוויטעט איז געווען דער פיזיקער אנרי בעקערעל אין 1896.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!