א קרייז איז א געאמעטרישע פארעם אין צוויי דימענסיעס אין וואס יעדער פונקט איז ווייט דעם זעלבן דיסטאנץ פון א געוויסן פונקט, דער צענטער. דעם דיסטאנץ פון יעדער פונקט צום צענטער ווערט גערופן דער ראדיוס. א קרייז צעטיילט דעם פלאך אין צוויי טיילן: אינעווייניק און אויסנווייניק.

א גראדע ליניע צווישן צוויי פונקטן אין א קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער הייסט א דיאמעטער; א דיאמעטער איז צוויי מאל אזוי לאנג ווי דער ראדיוס.

די לענג פון א קרייז הייסט דער ארומנעם. אין א קרייז מיט ראדיוס r איז דער ארומנעם 2πr.

מען קען צייכנען א קרייז אויף א גראף. מען קען

דעפינירן די פאזיציפון דעם צענטער און די פונקטן מיט דער פארמעל:

x - a)^2 + (y - b)^ = r^2)

"r" באדייט דער ראדיוס פון דעם קרייז.

"x" באדייט די פאזיציע פון א פונקט פון דעם קרייז אויף דער האריזאנטאלער אכסע.

"y" באדייט די פאזיציע פון א פונקט פון דעם קרייז אויף דער ווערטיקאלער אכסע.

"a" באדייט די פאזיציע פון דעם קרייז צענטער אויף דער האריזאנטאלער אכסע.

"b" באדייט די פאזיציע פון דעם קרייז צענטער אויף דער ווערטיקאלער אכסע.

זעט אויך

  דער ארטיקל בנוגע מאטעמאטיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!