רוי:קרבן חטאת
א קרבן חטאת איז א קרבן וואס מען ברענגט אויפן מזבח אין דעם בית המקדש. איינע וואס האט עובר געווען געוויסע עבירות בשוגג ברענגט א קרבן חטאת (חטאת איז טייטש זינד). א חטאת איז פון די קרבנות וואס הייסן קדשי קדשים; מען דארף זיי שעכטן אין צפון זייט פון דער עזרה, און די טיילן פונעם קרבן וואס מען עסט עסן נאר כהנים אין דער עזרה.
אין אלגעמיין קומט א חטאת א שעפסל אדער א ציגעלע ביז איין יאר אלט, אדער א פויגל.
פאר א נארמאלן קרבן חטאת פון א בהמה טוט מען שפריצן דאס בליט אויף די פיר ווינקלען פונעם מזבח אין דער הייך, וואס קומט נישט פאר ביי קיין שום אנדער קרבן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!