רוי:קאראנאווירוס

אונטערפאמיליע פון ווירוסן

א קאָראָנאַ וויירוס (ענגליש: Coronavirus) איז א ווירוס וואס געהערט צו דער אונטער-פאמיליע פון Orthocoronavirinae. דער ווירוס איז גורם אן אנשטעקנדיקע קראנקייט אין מענטשן און בעלי חיים. געווענליך איז די אנשטעקונג אין דעם אטעם-סיסטעם, און זעלטן איז דאס גורם שווערע קראנקהייטן אין דעם אטעם-סיסטעם.

דער נאמען קאָראָנאַ שטאמט פון דעם ווייל דער ווירוס זעט אויס ווי א קרוין.

אין אנהייב איז נאך נישט געווען קיין רפואה אדער וואקצין צו דעם. אבער ביזן סוף יאר 2020 האבן עטליכע פירמעס ארויסגעגעבן וואקצינען וואס ווערן היינט געניצט אין א סך לענדער.

איינע פון די שטאמען פונעם ווירוס האט זיך אויסגעבראכן אינעם יאר 2019 אין כינע, דאס שטאם הייסט SARS-CoV-2, וואס איז גורם אין מענטשן די קאוויד-19 (COVID-19) קראנקהייט. אין א פאר מאנאטן האט די דאזיגע שטאמע איבערגענומען דאס גאנצע וועלט. אין די פאראייניגטע שטאטן אליינס זענען געשטארבן א האלבער מיליאן מענטשן. רוב פון די טויטע זענען געווען אין די עלטערע יארן.

ביז'ן יאר 2022 איז ארומגעפארן פרישע סארט ווערסיעס פונעם וויירוס, אבער שוין נישט אזוי טויטלעך אבער מער איבערכאפענד און אנשטעקיג. און אזוי ארום האט מען מער קענען געלערנט וויאזוי זיך צובאגיין דערמיט פאר'ן ברייטער פאלק.

היילונג

באלד ווען מ'ווערט אנגעשטעקט, איז דא פארשידענע היילונג, צו לינדערן דעם שלעכטן אפעקט. סיי נאטורליכע היילונג, ווי וואסער-זאפט וואס איז אפגעבריהט געווארן פון קנאבל, און אינגבער. אזוי אויך וויטאמינען ווי וויטאמין C און וויטאמין D, און צינק טאבלעטן.

און אויך געשאפענע מעדעצינען וואס ווערט שוין היינט גענוצט עמטליך, פאר ווער ס'ווערט אנגעשטעקט פונעם וויירוס. צום ערשט אנטיבאדיס און פלאזמא. ווידער איז דא זיפעק וואס הייסט אויפ'ן מעדעצינישע שפראך; אַזיטראָמייסען.


זעט אויך: קרבנות פון דער קאוויד-19 מגיפה

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!