אַ קאָמפּיוטער איז אַ מאַשין וואס קען אויספירן א רייע אינסטרוקציעס אויטאמאטיש. די אינסטרוקציעס ווערן געזאמלט צוזאמען אין א פראגראם. אין א געוויינליכן פראגראם טוט דער קאמפיוטער ארייננעמען דאטן, וואס ער פראצעסירט און גיט ארויס די פראצעסירטע דאטן. א וויכטיגער טייל פון דעם קאמפיוטער איז דער זאפאס, וואס קען האלטן א גרויסן קוואנטום פון דאטן און אויך פראגראמען. א קאמפיוטער סיסטעם שליסט איין הארטווארג, אן אפערירן סיסטעם (די הויפט סאפטווער) און פארבונדענעם אויסריכט.

א קאמפיוטער האט צוויי פרינציפעלע אייגנשאפטן: ער רופט זיך אפ אויף א ספעציפישע גרופע אינסטרוקציעס אין א געוויסן אופן, און ער קען אויספירן א גרייטע ליסטע פון אינסטרוקציעס גערופן א פראגראם. דאס ווערט אויסגעפירט דורך פיר עיקרדיקע שריט: איינגעבן, שפייכלעכרן, ארויסגעבן און פראצעסירן.

זייער אפט טוט מען פארבינדן קאמפיוטערס צו שאפן א נעצווערק דורך וואס די קאמפיוטערס קאמוניקירן מיט אנאנד.



די גרונדענע באַשטייטיילען פון א קאמפיוטער זענען:

זעט אויך

  דער ארטיקל בנוגע טעכנאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!