רוי:קאכן די ביכער

קאכן די ביכער אין א טערמין מיט וועלכע באצייכנט די אומלעגאלע אקטיוויטעט דורך פירמעס וועלכע מאכן פאלשע פינאנציעלע באריכטן אין וועלכע זיי בלאזן אויף די פארדינסטן כדי צו ציען אינוועסטירער אויפ'ן סטאק מארקעט.


פארוואס קאכן די ביכער?

גרויסע פירמעס וועלכע פארקויפן סטאק שעירס האנדלן אין די עפענטליכקייט און ווען ביזנעס גייט נישט גוט זעט יעדער וואס גייט פאר וויבאלד זייערע סטאקס וועלן באלד פאלן און אינוועסטארס וועלן פארקויפן זייערע שעירס און די פירמע וועט פארלירן אינוועסטארס געלט וואס וועט זיי מאכן נאך שווערער ווי עס איז. פארקערט ווען ביזנעס גייט יא גוט זעט אויך יעדער און מען אינוועסטירט געלט אין גרויסן און די פירמע נוצט דאס געלט צו מאכן ווייטערדיגע אינוועסטמענטס פון וועלכע זיי מאכן נאכמער געלט. קאכן די ביכער קען מיינען צוויי זאכן: עס קען מיינען אז עס איז נישט געגאנגן די פירמע ווי געראכטן און זיי מעלדן פאלשע באריכטן אז זיי האבן געמאכט מער געלט ווי זיי האבן טאקע געמאכט און אזוי באקומען זיי אריין פרישע געלט פון אינוועסטארס מיט'ן האפענונג צו מאכן בעסערע אינוועסטמענטס דאסמאל. אין א צווייטע פאל קען עס מיינען אז באמת גייט די פירמע יא זייער גוט און לכבוד דעם מעדלן זיי נאך בעסערע פראפיטן און האבן אין פלאן צו נוצן אינוועסטארס געלט צו מאכן נאכמער מיט'ן חזקה אז עס גייט זיי גוט. נאך א שטארקע סיבה פארוואס פירמעס האבן געזוכט צו קאכן די ביכער איז געווען די עקזעקיוטיוון אין די ביזנעס אליינס וועלכע האבן געוואלט ווייזן אז זיי זענען טויגליך און האבן באקומען פעטע באנוסעס דערפאר. פאר טייל פירמעס האט דער שפיל פיין געארבעט און זיי האבן דאס איבערגעטאן נאכאמאל און נאכאמאל אבער נישט שטענדיג און נישט פאר יעדן איז עס געגאנגן אזוי גוט און זיי זענען געבליבן שטיין מיט די הויכע סטאק פרייזן אבער אן קיין פרישע פראפיטן. זיי זענען געבליבן אזוי שטיין ווילאנג זיי האבן נאך געקענט ביז עס האט געפלאצט און די סטאק מארקעט איז געפאלן און די אינוועסטארס האבן פארלוירן זייער געלט. א ביישפיל צו נוצן קען זיין ווי פאלגענד: א קינד האט זיך געשטעלט פארקויפן צו טרינקן אויף די גאס אבער ער האט נישט געמאכט אזויפיל געלט. וויבאלד ער איז געשטאנען אונטער די הייסע זון האט ער געטראכן פון בויען א דעכל העכער זיין קאפ אבער ער האט נישט געהאט דאס געלט. זיינס א חבר האט יא געהאט געלט און דאס קינד האט געטראכט צו בארגן פון אים. דאס קינד האט געוואוסט אז זיין חבר וועט אים נישט בארגן קיין געלט נאר אויב ער ווייסט אז ער וועט קענען פארדינען דערפון. דאס קינד טראכט אבער אז אויב ער וועט האבן א דעכל וועט ער זיכער קענען פארקויפן מער טרינקן וויבאלד זיינע קאסטומערס וועלן הנאה האבן צו קומען כאפן א טרינק אין א הייסע זומער טאג אונטער זיין שאטן. ער רופט אן זיין חבר און זאגט אים אז ער פארדינט שיין און וועט פארדינען נאכמער אויב ער וועט האבן א דעכל און אויב ער איז גרייט צו אינוועסטירן וועט ער אים געבן 25 פראצענט פון די ריווח אלס קאמפענסאציע. אזוי איז טאקע געווען אבער פאר סיי וואספארא סיבה האט ער נישט מצליח געווען און דער חבר איז געווען בייז ווען ער האט זיך דערוואוסט אז ער האט אים פארקויפט ליגענט. עס איז געווען אנפאנג זומער 01' ווען איינע נאך די אנדערע האבן סטאקס פון גרויסע פירמעס אנגעהויבן דראסטיש צו פאלן טייל אזוי נידעריג אז אינוועסטארס האבן פארלוירן זייער גאנצע געלט. דעם עצם פאקט אז די מארקעט האט אנגעהויבן פאלן האט געמאכט אז אויך אנדערע פירמעס זענען געפאלן ווייל איינס שלעפט די אנדערע וויבאלד אינוועסטארס ווערן באזארגט און פארקויפן זייערע שעירס. יעדע גרויסע פובליק פירמע גיט ארויס א פינאנציעלע סטעיטמענט ביי די ענדע פון יעדע קווארטאל פון יאר און ענדע יאר. די סטעיטמענטס זענען די וויכטיגקסטע אינפארמאציע וועלכע וואל סטריט דארף האבן. אין דעם סטעיטמענט ווערט געצייכענט די פירמעס אקטיוויטעטן צעטיילט צו דריי הויפט פאקטארן: דער באלאנס באריכט, די קעש פלוס סטעיטמענט, און די פראפיט און פארלוס סטעיטמענט. דער באלאנס סטעיטמענט איז א סך הכל בליק אויף די פירמע אין א געוויסע טאג וואס די פינאנציעלע סיטואציע איז, די פירמעס געלטער אין באנק, און וויפיל די ביזנעס איז ווערט יענע מינוט. די געלט פלוס סטעיטמענט צייגט וויפיל געלט די ביזנעס ברענגט אריין און וויפיל עס גייט ארויס איבער א געוויסע צייט אפשניט. די פראפיט און פארלוסט ווייזט פשוט אויב די פירמע האט פארלוירן אדער פארדינט אין דעם קווארטאל פון יאר. די סטעיטמענטס ווערן גענוצט דורך די בענק צו וויסן אויב זיי זאלן בארגן געלט פאר די פירמע, דורך וואל סטריט פאר די אינוועסטארס צו וויסן אויב זיי זאלן אינוועסטירן, און די פירמע זעלבסט נוצט דאס צו פלאנירן דעם צוקונפט. פארשטייט זיך אז ער איז וויכטיג אז אלע אינפארמאציע זאלן זיין 100 פראצענט ריכטיג. וויבאלד די פירמעס זענען פובליק פירמעס ווערן די סטעיטמענטס אויך איבערגעקוקט דורך אקאונטינג פירמעס וועלכע דארפן זיכער מאכן אז די סטעיטמענטס פאלגן נאך די גענעראלע אקאונטינג פרינציפאלן.


דער רעצעפט

רעגולאציעס זענען אמאל געווען גרינגער ווי היינט ווען די פירמעס האבו געמאכט זייערע סטעיטמענטס און געוויסע אינפארמאציע האט מען נישט געדארפט ארויפלייגן. דאס האט גרינגער געמאכט די פירמעס צו מאכן פאלשע השערות און דאס ארויסלייגן צו די פובליק. אין די ביזנעס וועלט האט מען דאס גערופן "אף באלאנס שיעט אקאונטינג". די סארט סטעיטמענטס האבן נישט געמוזט האבן אזויפיל אינפארמאציע און דאס האט גרינגער געמאכט פאר די פירמעס צו באקומען געלט פון בענק פאר פרישע אינוועסטמענטס. די סארט סטעיטמענטס זענען לויט טייל אנאליסטן בעסער ווי די היינטיגע באלאנס סטעיטמענטס אבער וויבאלד אויף יענע וועג האבן די פירמעס געקענט שרייבן פאלשע זאכן האט מען דאס שפעטער פארבאטן. א צווייטע זאך וואס די פירמעס האבן געטאן איז געווען אן אינערליכע ארבעט פון די מענעדזשערס וועלכע האבן שוין געהאט דעגרייכט זייער ציל פאר'ן יאר און האבן גענוצט געלטער וואס איז געווען באשטימט פאר די קומענדיגע יאר צו קויפן נייע סופלייס אדער אינוועסטירן וועלכע האט געמאכט די פארדינסטן אביסל קלענער אבער האט געגעבן א גוטע בליק אויף די פירמע פאר אויסערן אינוועסטירער. געוויסע פירמעס האבן אויך געטוישט די פאקטן פון אויסגאבעס און האבן געלייגט רעגולערע אויסגאבן אלס קאפיטאל אויסגאבן וועלכע מאכט די פירמע אויסזען מער פארשפרייט. טייל פירמעס האבן געמאלדן פארדינסטן אויף לאנגע טערמין קאנטראקטן וועלכע האט זיי געקאסט אסאך געלט און די אויסגאבן וואלטן געברויכט צעטיילט ווערן לויט די אויסגאבן. די פירמעס האבן אבער געוואלט מאכן אויסזען די זאך בעסער האבן זיי דאס ארויפגעלייגט אלס פארדינסטן און האבן נישט אראפגערעכנט די אויסגאבן. אויסער גרויסע ליגענטס האבן די פירמעס גענוצט פאלשע פארדינסטן אויף זאכן וואס זיי האבן פארקויפט און איז צוריקגעשיקט געווארן, זאכן וואס זענען נאך נישט געווען באצאלט, גרעסערע פארדינסט פראצענטן בעפאר זיי זענען באשטעטיגט געווארן, זאכן וואס זענען פארקויפט געווארן פאר דיסקאונט פרייזן, און פראדוקטן וועלכע האט נאך פארלאנגט סערוויס נאכ'ן שיקן און איז נישט אראפגערעכנט געווארן פון די ארגינעלע פרייזן. א טאקטיק וועלכע גאר אסאך פירמעס האבן גענוצט איז געווען אז זיי האבן צוגעלייגט פארזיכערטע פארדינסטן פונעם קומענדיגן קווארטאל אין די סטעיטמענטס פונעם יעצטיגן קווארטאל. אסאך פירמעס האבן אויך גענוצט אוועקגעלייגטע פארדינסטן געלטער (באשטימט פאר אויסגאבן) אלס פארדינסטן. נאך א זאך וואס פירמעס האבן געטאן איז געווען א שווינדל אויף זייער אייגענע שווינדל. גרויסע פירמעס געבן פענסיע פאר זייערע ארבייטער און דאס געזעץ פארלאנגט אז די געלטער דארפן זיין אפגעזונדערט פון די ביזנעס געלטער אין פאל די פירמע גייט ארויס פון ביזנעס זאלן אלע ארבייטער באקומען זייערע פענסיע. רוב פירמעס נעמען די פענסיע געלטער און אינוועסטירן דאס אין די סטאק מארקעט און די פירמע געניסט פון די פארדינסטן. לעגאל מעגן זיי ארויפלייגן די פארדינסטן אויך זייערע סטעימענטס אבער דאס איז נאר געלטער וואס מען האט פארדינט אינעם פארגאנגנהייט. די פירמעס פלעגן ארויפלייגן פארדינסטן וואס די געלטער וועלן מאכן אויך און וויבאלד זיי אליינס האבן געפיטערט די סטאק מארקעט מיט פאלשע אינפארמאציע האבן זיי זיך אליינס גענארט אז די פענסיע געלטער וועלן וואקסן אזויפיל. ווען די מארקעט האט געקראכט האבן זיי פארלוירן די געלטער און די פארדינסטן זענען געווארן א טייל פון די פאלשע אינפארמאציע.


די סארבאנעס אקסלי אקט

אין 02' האט פרעזידענט בוש אונטערגעשריבן די סארבאנעס אקסלי אקט אין געזעץ וועלכע האט געזאלט צוריק איינשטלען אינוועסטארס געטרוי צו די ביזנעסער אויף די סטאק מארקעט דורך אונטערנעמען נייע מעטאדן צו פארמיידן נאכאמאל אזא קאטאסטראפע. דאס געזעץ פארלאנגט אז אלע פובליק פירמעס זאלן מוזן אריינשיקן זייערע סטעיטמענטס צו די סעקיוריטיס ענד עקסטשעינדזש קאמיסיע וואו ער ווערט איבערגעקוקט דורך פעדעראלע אגענטן זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט. עס פארלאנגט אויך אז די פירמעס אויסערן אודיטערס זאלן איבערקוקן און באשטעטיגן די אינפארמאציע און די צוויי גרעסטע אין אמט (דער טשיף עקזעקיוטיוו אפיציר און דער טשיף פינאנציעלע אפיציר) זאלן פערזענליך נעמען פאראנטווארטליכקייט אז וואס זיי שרייבן אונטער איז ריכטיג. מיט די נייע געזעצן און נאך עטליכע רעגולאציעס וואס וואל סטריט אליינס האט געמאכט איז כמעט אוממעגליך א פירמע זאל נאך היינט קענען טאן אזא זאך. די רעגולאציעס פארלאנגן אז די פירמע זאל שטענדיג ארויסגעבן געוויסע אינפארמאציע וועלכע די אינוועסטארס דארפן האבן צו וויסן אויב עס לוינט זיך צו אינוועסטירן. אלעס ווערט איבערגעקוקט דורך ספעציעלע קאמיסיעס און אויף דערווייל איז טאקע נישט געווען קיין פרישע פראבלעמען.


ביישפיל נומער איינס: ענראן

ענראן איז געווען אמעריקעס זיבעטע גרעסטע פירמע וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 985' ווען צוויי ענערגיע פירמעס האבן זיך פאראייניגט. די פירמע איז געגאנגן ווייטער ווי ענערגיע און געגעבן אסאך סערוויסעס פון וועלכע זי האט געמאכט אוצרות מיט געלט. צווישן די יארן 96' און 01' איז זי באצייכענט געווארן אלס אמעריקעס געלונגענסטע פירמעס 6 יאר נאכאנאנד. אין די אויספארשונג איז מען דערגאנגן אז ענראן האט שוין אנגעהויבן אירע שווינדלערייען אין 92' דורך אריינשטעלן אירע צוקונפטיגע פארדינסטן געבויט אויף לאנגע טערמינען קאנטראקטן וועלכע די פירמע האט געמאכט מיט קלענערע פירמעס. מיט דעם חשבון האט ענראן פארדינט אסאך געלט אויף די סטאק מארקעט אבער האט געצאלט ווייניג שטייערן ווייל אירע פארדינסטן זענען געווען פיל ווייניגער וויפיל זי האט געזאגט זי האט געמאכט. די ענראן חברה האבן באהאלטן זייערע חובות אפילו ווען זיי זענען שוין געווען אויף צרות און האבן געגרינדעט א ספעציעלע אפטיילונג וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט שווינדל. ווען זיי האבן פארלוירן אין איין פעלד האבן זיי דאס באהאלטן און נאר אויפגעדעקט וואס זיי האבן פארדינט אין אן אנדערע פעלד. אזוי איז עס געגאנגן אהין און צוריק ביז עס האט געקראכט. ווען מען האט אנגעהויבן די אויספארשונג האבן די פעדעראלע אגענטן נישט געוואוסט וואס איז לעגאל און וואס איז אומלעגאל. די שווינדלערייען זענען געווען אויסגערעכנט געוואלדיג און עס האט זייער לאנג גענומען ביז מען האט געקענט באקומען א בילד וואס די פירמע האט געטאן. די ערשטע סיגנאלן וועגן א פראבלעם איז געקומען נאך אין אוגוסט 01' ווען ענראנ'ס פרעזידענט, דזשעף סקילינג, האט פלוצלינג רעזיגנירט. ענראן האט אויפגענומען א נייעם פרעזידענט, קען לעי, וועלכער האט באלד באקומען אינערליכע אינפארמאציע אז סקילינג האט רעזיגנירט וועגן אקאונטינג שווינדלערייען. נאך אינעם זעלבן מאנאט האט א פיפיגער בראוקער געשיקט אן מעסעדזש צו זיינע קליענטן זיי זאלן פארקויפן ענראן סטאקס ווייל ער ווייסט אז עס זענען פאראן פראבלעמען. עס האט נישט גענומען לאנג און ענראן'ס סטאק פרייז איז געפאלן פון 86$ צו 30 צענט. ענדע יאר האט מען אנגעהויבן די אויספארשונג און ענראן האט באנקראטירט א קורצע צייט דערויף. דער ערשטער אנגעקלאגט צו ווערן איז געווען דער טשיף פינאנציעלער אפיציר, ענדרו פעסטאו, וועלכער איז געווען דער מייסטער שווינדלער. ער האט באקומען 10 יאר טורמע און האט געדארפט צאלן 23.8 מיליאן דאלאר שטראף. ביידע פרעזידענטס, סקילינג און לעי, זענען באשולדיגט געווארן דעם פארגאנגענעם יאר אבער זייער אורטייל וועט ערשט קומען קומענדיגן יאנואר. נאך אסאך אנדערע ווארט טורמע שטראפן און אויך אסאך אנדערע פירמעס און בענק האבן געמוזט באצאלן געלטליכע שטראפן פאר'ן מיטשפילן מיט ענראן.


ביישפיל נומער צוויי: ווארלדקאם

ווארלדקאם איז געגרינדעט געווארן דורך ערני עבערס אין די פריע 90'גער יארן ווען עבערס האט אפגעקויפט עטליכע לאנג דיסטענס פירמעס. צווישן די יארן 95' און 00' האט ווארלדקאם אפגעקויפט 60 לאנג דיסטענס פירמעס, אריינגערעכנט עם-סי-איי פאר די סומע פון 37 ביליאן דאלאר. ווארלדקאם האט איבערגענומען דאס לאנדס אינטערנעט טראפיק און האלב פון אלע אי-מעילס ארום די וועלט זענען אדורכגעגאנגן ווארלדקאם'ס סערוויסעס. די פירמע איז פאר עטליכע יאר געווען אמעריקע'ס צווייטע גרעסטע לאנג דיסטענס פירמע. אין 99' האט ווארלדקאם געהאט א שוואכע יאר (קעגן אנדערע גוטע יארן) און האט מורא געהאט אז אינוועסטארס וועלן פארקויפן זייערע שעירס. די פירמע האט גענומען רעזערוו געלטער (לייביליטיס און אנדערע געלטער) און דאס געלייגט אלס פארדינסטן. דער שווינדל איז געווען 2.8 ביליאן דאלאר מער וויפיל זי האט טאקע פארדינט. עבערס איז אבער נאך אלץ נישט געווען צופרידן און א יאר דערויף האט ער געלייגט אלע אפעראציע אויסגאבן אלס לאנגע טערמין אויסגאבעס מיט פארזיכערטע פארדינסטן וואס האט געגעבן זיין פירמע נאך 3.8 ביליאן דאלאר פארדינסטן. די פירמע האט אויך געהאט געמאלדן אז זי האט אינוועסטירט 500 מיליאן דאלאר פאר קאמפיוטערס אבער די דאקומענטן צו בארעכטיגן די קלאגע איז קיינמאל נישט געפינען געווארן. אין דער זעלבער צייט וואס ווארלדקאם האט אנגעבליך פארדינט ביליאנען דאלארן האט עי-טי-ענד-טי געהאט שוואכע צייטן און דאס האט אלאמירט די סעקיוריטי עקסטשעינדזש קאמיסיע וועלכע האט באלד אונטערגענומען אן אויספארשונג. עס איז געגאנגן שנעל און די אקאונטענטס האבן באלד מודה געווען וואס זיי האבן געטאן און ביז עטליכע וואכן איז אלעס געווען פאראיבער און ווארלדקאם האט פארמאכט אירע טירן. ווארלקאם איז דערנאך צוריק געווארן עם-סי-איי און עבערס און זיין טשיף פינאנציעלער אפיציר, סקאט סוליווען, זענען אנגעקלאגט געווארן אין געריכט. עבערס האט באקומען 25 יאר טורמע און סוליווען האט זיך ארויסגעדרייעט מיט 5 יאר טורמע נאכ'ן ארויסגעבן ווערטפולע אינפארמאציע קעגן עבערס.


ביישפיל נומער דריי: טייקא

טייקא איז געווען א ריזיגע עלעקטריק סופליי פירמע וועלכע האט געטאן ביזנעס אין 100 לענדער ארום די וועלט. די פירמע האט אפגעקויפט 40 אנדערע פירמעס און איז געווארן די וועלט'ס גרעסטע פראדוצירער פון עלעקטראנישע קאמפאנענטן, טעלעקאמיוניקאציע סיסטעמען, פייער באשיצונג סיסטעמען, עלעקטראנישע וואלווס, און איינע פון די גרעסטע אין מעדיקל סופלייס. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט טייקא נישט געטאן קיין סיסטעמאטישע שווינדלערייען אזויווי אנדערע פירמעס וועלכע זענען אונטערגעגאנגן אין יענע צייט. מען האט געפינען אסאך אקאונטינג טעותים אבער נאך אלץ האט מען נישט פארדעכטיגט אז איינער האט דאס געטאן במזיד. עס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די עקזעקיוטיווע אייגעשטעלטע האבן געמאכט א לעבן מיט די געלט פון די פירמע און האבן געבארגט און גענומען געלטער אן פרעגן. זיי האבן אויך פארקויפט סטאקס אן מעלדן פון פאראויס פאר קיינעם וועלכע איז אומלעגאל. די סעקיוריטי עקסטשעינדזש קאמיסיע האט אונטערגענומען אן אויספארשונג נאך אין אנפאנג 99' ווען זי האט אנטדעקט אז חשבונות שטימען נישט. צעביסלעך האט מען אויפגעדעקט אלעס וואס די עקזעקיוטיוון האבן געטאן מיט די פירמע'ס געלט אויפ'ן חשבון פון די אינוועסטארס. דריי עקזעקיוטיוון זענען אנגעקלאגט געווארן: דער פרעזידענט, דעניס קאסלאוסקי, דער טשיף פינאנציעלער אפיציר, מארק שוואורטס, און דער גענעראלע קאונסיל, מארק בעלניק. זייערע אורטיילן זענען ערווארטעט אין די קומענדיגע מאנאטן. טייקא האט איבערגעלעבט איר סטאק מארקעט טראסק און האט אויפגענומען נייע עקזעקיוטיוון און די פירמע איז געבליבן שטארק ביז'ן היינטיגן טאג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!