רוי:קאוויד-19-פאנדעמיע אין ניו יארק סיטי

דאָס ערשטע פאל פון דער קאָוויד–19 פּאַנדעמיע אין ניו יארק סיטי איז באַשטעטיגט געוואָרן אין מערץ 2020 פון אַ פרוי וואָס האָט גערייזט קיין ניו יאָרק פון איראַן, אַ מדינה שוין שלים באַטראָפן פון דער פּאַנדעמיע. שיער אַ חודש שפּעטער, איז מעטראָפּאָלישער ניו יארק געוואָרן די שלימסט־באַטראָפענע אָרטשאַפט אין גאר די פאראייניגטע שטאטן. אין אַפּריל, האָט די שטאָט געהאַט מער באַשטעטיגטע פאַלן ווי גאנץ כיע, גרויס–בריטאַניע אָדער איראַן.

אום 20סטן מערץ, האָט דאָס גובערנאטאר־ביוראָ אַרויסגעגעבן אַן עקזעקיוטיוו אָרדער וואָס האָט פאַרמאכט נישט–עיקרד'יגע געשעפטן. די עפענטליכע טראנספּאָרט סיסטעם פון דער שטאָט איז געבליבן אפן, אָבער עס איז געווען אנגעשטאפט מיט מענטשן וועגן אַ פארמינערטער באַדינונג און אויך צוליב מער היימלאָזע מענטשן וואָס האָבן געזוכט אָפּדאַך פאַר זיך אינעם סאַבוויי.

אין אַפּריל, האָבן הונדערטער ניו יאָרקערס פאַרלאָרן זייערע אַרבעט–שטעלעס, און די פאַרלאָרענע שטייערן זענען געווען אפשר ביליאָנען דאָלאַרן. אַרבעט שטעלן פאַר ריטייל, טראַנספּאָרט, און רעסטאָראַנען זענען מער באַטראָפן. דער פאַל פון האַכנאָסען, פאַרקויף–שטייערען און טוריזם האַכנאָסען, כולל שטייערען פון האָטעלס, האָט די שטאָט אפשר ביז 10–ביליאָן דאָלאַר געקאָסטעט. דער בירגערמייסטער דע בלאַזיאָ האָט געזוגט אז דער אַרבעטלאָזיגקייט–סיסטעם איז געבראָכן נאָך אַ שוואַל פון אַנשפּרעכען, און עס דאַרף האָבן הילפע פון די בונד–ריגירונג צו באַהאַלטען באַדינונגען.

די לויפענדע פּאַנדעמיק איז דער טעדליכסטער אומגליק אין די געשיכטע פון ניו יאָרק.

אין דעצעמבער 2020, דער געזונט–זאָרגונג–סיסטעם פון ניו יאָרק האָט אָנגעהויבן צו געבן אַרויס די וואקצין קעגן קאָראָנאַווירוס פאַר פּאַציענטען מיט אַ הויכען ריזיקירן, און ערשטע הילפערן, למשל דאָקטאָרן און קראַנקענשוועסטער און ברידער. די שטאָט האָט דאָס פאַזע 1א גענענט. אויף 11 יאַנואַר 2021, די שטאַט איז געגאנגען אין פאַזע 1ב, און גיבט ארויס די וואַקצין אויך צו מענטשען איבער 65 יאָרן, געשעפטאַרבעטער, לערערס, ערשטהילפערס, טראַנספּאָרטאַרבעטער און געפענגניספּערזאָנאל. אין פעברואַר 2021, ניו יאָרק האָט געברייטעט די גרופּע פאַר פאַזע 1ב צו אַרייננעמען רעסטאָראַנט אַרבעטער (כולל ליפער) און טאקסי–פאַרערס. ניו יאָרק פּלאַנט צו וואַקצינירן יעדן אינ'ם זומער פון 2021.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!