צווילינג אין ביאלאגיע איז ווען א מאמע גיט געבורט צו צוויי קינדער פון איין שוואנגונג. א צווילינג קען זיין אידענטיקל אדער פרעטערנאל. אין פאל עס איז פרעטערנאל קען די צווילינג זיין א זכר און א נקבה.


אנדערש פון יעדן

א וואונדערליכע זאך פון דאס באשאפונג פון דעם מענטש איז אז יעדער איינער זעט אויס אנדערש פונעם צווייטן. עס זענען פאראן ביליאנען מענטשן איבער די וועלט און צענדליגער ביליאנען זענען שוין געקומען און געגאנגן זייט די וועלט שטייט, אבער צוויי מענטשן האבן נאך קיינמאל נישט אויסגעזען די זעלבע. עס זענען פאראן עטליכע געשטעל פון מענטשן און אפילו א צווייטע קאטעגאריע פון צענדליגער ערליי פארעמען צו וועלכע מען קען דאס איינטיילן אין יעדע דור, אבער צוויי מענטשן גענוי איז נאך נישט געווען.

דאס איז די ערשטע אינטערעסאנטע זאך פון א צווילינג וואס מאכט מענטשן פארגאפט איבער זיי. אידענטיקל צווילינג זענען צוויי מענטשן וועלכע זעען אויס די זעלבע (די זעלבע ברייט, בויך, דיק, און געזיכט שטריכן) און האבן די זעלבע טבעיות. זיי רעדן מיט די זעלבע קול און האבן ענליכע געדאנקן אין קאפ.

אבער דאס איז נאר אויפ'ן ערשטן אויג'ן בליק און אמאל אפילו פאר א לענגערע צייט. נאך אלץ זענען צוויי די זעלבע מענטשן קיינמאל נישט געבוירן געווארן און אפילו דאס מערסט ענליך אויסזעענדיגע צווילינג האבן אויך פארשידנארטיקייטן וועלכע מאכט יעדע פון זיי א יחיד במינו. אמאל וועט געדויערן עטליכע מאנאטן ביז מען וועט דערקענען די חילוקים צווישן זיי און שטענדיג וועלן די וואס זענען נאנט צו זיי, ווי פאמיליע מיטגלידער, קענען זאגן ווער איז ווער.

אבער דער פאקט אז צוויי מענטשן זעען אויס די זעלבע כמעט אויף הונדערט פראצענט איז אנדערש ווי יעדע אנדערע מענטש און דאס איז א וואונדער צו דעם מענטש'נס אויגן.


מזל טוב! עס איז א צווילינג

 
א פראטערנעל צווילינג צוויי וואכן אלט.

132,535 געבורט פעלער אין אמעריקע איז מער ווי איין קינד. פון דעם זענען 125,134 צווילינג, 6,894 דרילינג, 434 פרילינג, און 69 זענען 5 אדער מער.

אידענטיקל צווילינג קענען נאר געבוירן ווערן פון די זעלבע מין, וואס טייטש, צוויי יונגלעך אדער צוויי מיידלעך. פרעטערנאל צווילינג קענען געבוירן ווערן אויך איין יונגל און איין מיידל וואס מאכט דאס דריי סארט צווילינג: צוויי יונגלעך, צוויי מיידלעך, אדער איינס און איינס.

ביי אידענטיקל צווילינגס קען זיך אויך מאכן א שפיגל צווילינג, דאס מיינט אז איין צווילינג איז א שפיגל פונעם צווייטן, צום ביישפיל די האר קוקט אויס ווי א שפיגל בילד, איינער איז א רעכטער דער צווייטער א לינקער און אזוי ווייטער.

עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס וועגן געבוירן צווילינג בנוגע צו וועמען עס קען פאסירן און צו וועמען נישט. אבער פאקטן האבן אפגעוואנדן אלעס און סייענטיסטן און דאקטוירים קענען נאך היינט נישט ערקלערן פארוואס צו איינעם זאל געבוירן ווערן א צווילינג און צו איינעם נישט. וואס מען ווייסט יא איז דער פאקט אז דער נומער פון צווילינג וואס ווערן געבוירן האט צעטאן מיט פעלקער אפשטאם. אפריקאנער האבן אסאך צווילינג און אויך דא אין אמעריקע האבן די אפריקאנער די גרעסטע צאל צווילינג און צווישן זיי אליינס איז פאראן א חילוק לויט דאס פלאץ אין אפריקע. אפריקאנער פון נייגעריע האבן די מערסטע צווילינג וועלכע ציילט 45 פאר יעדע 1,000 געבורטן. די קלענסטע צאל צווילינג ווערן געבוירן צו די כינעזער וואו עס פאסירט נאר 11 פאר יעדע 1,000 געבורטן.

די וועלט זאגט אז צווילינג קענען נישט געבוירן צווילינג וויבאלד גענעטישקייטן גייט נאר אריבער צו יעדע צווייטע דור. אבער אויך דאס איז שוין אפגעוואנדן געווארן מיט פאקטן כאטש אין גענעראל איז דאס טאקע אזוי.

געהיימע געשפרעכן

די וועלט זאגט אז צווילינג האבן געהיימע געשפרעכן נאך בעפאר זיי קענען רעדן און מען רופט דאס די צווילינג שפראך. עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס צו דעם און עס איז אנגענומען אז אין פאקט איז דאס נישט א ספעציעלע חוש וואס זיי פארמאגן נאר איז דער פאקט אז זיי זענען צוויי קינדער וועלכע וואקסן אויף אינאיינעם און לערנען זיך רעדן אינאיינעם.

א נארמאלע קינד הייבט אן זיין רעדן פראצעדור פון די מינוט וואס דאס קינד ווערט געבוירן. פאר די ערשטע 6 מאנאטן וועט דאס קינד נאר קענען וויינען אדער לאכן אבער דאס מוח וועט שוין אויפכאפן די קולות וואס דאס הערט איבער'ן טאג און טראץ וואס דאס קינד וועט פארשטיין ווייניג וועלן די מערסט גענוצטע ווערטער זיין גענוג אז דאס קינד זאל שפעטער קענען אנהייבן בויען א קאמיוניקאציע מיט די עלטערן און פארשטיין א שפראך.

דורכאויס די צייט וועט דאס קינד פרובירן נאכזאגן די מערסט גענוצטע קולות און דאס זענען די מאדנע קולות און באבלן וועלכע א קינד גיט ארויס פון מויל. נאך די ערשטע 6 מאנאטן האט שוין דאס קינד די הויפט יסודות צו קענען גיין ווייטער און כאטש עס קען נישט רעדן וועט דאס שוין אנהייבן פארשטיין גאנצע ווערטער. די מאמע וועט אויסרופן אז מען גייט עסן נאכטמאל און פון זיך אליינס וועט דאס קינד אריינשפאצירן אין קאך אדער אנטלויפן אין באהעלטעניש ווייל ער/זי וויל נישט גיין עסן אדער שלאפן. קוקט אויף א איין יעריג קינד'ס געזיכט ווען מען רופט אויס אז מען גייט גיין אין פארק. דאס קינד וועט שמייכלן און אמאל אנהייבן טאנצן פאר פרייד. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער ביז דאס קינד דעגרייכט צוויי יאר ווען אין דורכשניטליך דארף שוין דאס קינד פארשטיין אלעס וואס מען רעדט און אליינס קענען ארויסזאגן צווישן 40 און 50 ווערטער.

צווילינג זענען גארנישט אנדערש אין דעם פראצעדור אבער וויבאלד זיי זענען צוויי אינאיינעם ארבעט דאס נישט אזוי גוט און דאס שאפט פראבלעמען און פארלאנגזאמט דער פראדעצור פון קענען רעדן וויבאלד עס איז אוממעגליך אז ביידע קינדער זאלן אויפכאפן מיט די זעלבע שנעלקייט און סארטן. אבער דא פאסירט א וואנדערליכע זאך אז די צוויי קינדער גיבן ארויס אנדערע סארט קולות ווי נארמאלע קינדער און טייל ווילן זאגן אז דא שאפן די צוויי קינדער אן אייגענע געהיימע שפראך מיט וועלכע זיי קאמיוניקירן איינע די אנדערע לויט די קולות וואס זיי כאפן אויף פון די עלטערן און ארומיגע. צי דאס איז טאקע אזוי אדער נישט איז אומעגליך צו באשטעטיגן און בלייבט א טעאריע.


פאראייניגטע געדאנקן

ווידער איז דאס די וועלט וואס זאגט אז צווילינג האבן פאראייניגטע געדאנקן אבער סייענטיפיש קען דאס נישט באשטעטיגט ווערן.

צווילינג האבן ענליכע טבעיות און וועלן וויינען און לאכן פאר די זעלבע זאכן און קענען ליינען די געדאנקן איינע די אנדערע. א צווילינג (געווענליך אידענטיקל צווילינג) קענען האבן ענליכע אפעטיטן, ענליכע גלוסטונגן, ענליכע זארג, און ענליכע פארשטאנד. אבער אמאל קען עס גיין פיל ווייטער פון דעם ווען א צווילינג קען שפירן אן אנדערע צווילינג פון ווייט אוועק. עס זענען פאראן פארשידענע געשיכטעס פון צווילינג וועלכע איינע פון זיי איז דורכגעגאנגן א טראגישע אינצידענט אדער גרויסע סכנה און די אנדערע צווילינג האט דאס געשפירט פון מייל אוועק און פונקט באשלאסן צו רופן איבער זיין/איר שוועסטער/ברודער.

אבער די סארט געשעענישן קענען אויך פאסירן צווישן עלטערן און א קינד, געשוויסטער, מאן און ווייב, און אמאל אויך גוטע פריינט. טייל מענטשן ווילן גלייבן אז עס איז פאראן ספעציעלע חושים אויסער די 5 חושים וועלכע טוט באהעפטן צוויי גאר נאנטע מענטשן און צווילינג זענען גארנישט מער פון דעם נאר וויבאלד זיי זענען געבוירן און אויפגעוואקסן אינאיינעם האבן זיי אנטוויקעלט א ספעציעלע נאנטשאפט וועלכע צוויי אנדערע מענטשן האבן נישט.

צוויי נאנטע מענטשן קענען אמאל ליינען איינע דעם אנדערנ'ס געדאנקן און דאס ווערט אנטוויקעלט דורך די 5 חושים וואס א מענטש פארמאגט. א ביישפיל איז א מאמע צו אירע קינדער וועלכע ליינען זיך די געדאנקן זייער גוט ווייל זיי זענען אסאך צוזאמען און זייערע פערזענליכע פרעפרענצן ווערט אויפגעכאפט דורך ביידע. די מאמע וועט צום ביישפיל קנייטשן די אויגן א געוויסע וועג ווען זי וועט פארלאנגן פון דאס קינד צו העלפן. דאס קינד כאפט דאס אויף און אויב די מאמע וועט קומען צו דאס קינד פארלאנגן צו העלפן וועט דאס קינד שוין וויסן וואס די מאמע וויל נאך בעפאר די מאמע וועט ארויסרעדן א ווארט וויבאלד דאס קינד ווייסט אז די סארט געזיכט אויסדרוק מיינט בעטן צו העלפן.

אזוי זענען פאראן הונדערטער מענטשליכע פרעפרענצן וועלכע ווערט אנטוויקעלט צווישן עלטערן און קינדער, מאן און ווייב, און אמאל אויך ביי נאנטע פריינט. צווילינג זענען נישט אנדערש און זייער נאנטשאפט איז נאכמער וויבאלד זיי וואקסן אויף אינאיינעם און זענען דאס מערסטע צוזאמען ווי סיי וועלכע אנדערע צוויי מענטשן און דערפאר בויען זיי אויף א ספעציעלע דערשפיר איינע צו די אנדערע.

אבער וואס ס'איז יא אינטערעסאנט, אז אסאך מאל קענען צוויי צווילינגס וואוינען גאר ווייט, און ווען עפעס פארסירט מיט איינעם, צום ביישפיל ער צוקלאפט זיך וכדומה, קען דער צווייטער צווילינג (בעיקר ביי אידענטיקל) אנרופן פרעגן וואס האט פאסירט, ווייל ער שפירט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט זיין צווילינג.


זע אויך

מינעסאטע צווילינג

גיגעל מיידלעך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!