רוי:צדוקים
צדוקים (אין לשון יחיד "צדוקי") איז געווען א אידישער סעקטע, וואָס האָט עקזיסטירט אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש אין ארץ-ישראל, און וועמענס איינפלוס אויף דעם גאַנג פון דער אידישער געשיכטע און אפילו אויף די שפּעטערע קאַמפן אין אידנטום (דער אַנשטייאונג פון די קאראאימער, נייע רעפאָרם-באַוועגונג) איז געוען זייער גרויס. די דאָזיגע סעקטע האָט אָפיציעל (נישט אָפיציעל זענען געווען ביי די צדוקים זעלבסט פאַרשידענע שטרעמונגען) געהאַלטן נאָר פון די מצוות און דינים און פאַרבאָטן וואָס זענען פאַרהאַן אין דער תורה שבכתב, אין חומש; דאַקעגן האָבן די צדוקים נישט געוואָלט אַנערקענען די תורה שבעל פּה, די טראדיציאָנעלע אויסטייטשונגען און צוגעגעבענע מצוות, וואָס זענען דער יסוד פון דער משנה און וועלכע זענען שוין געווען אָנגענומען דורך די "פּרושים" אין יענער צייט.
צווישן די צדוקים און די פּרושים זענען צוליב דעם פאָרגעקומען גרויסע קאַמפן, וועלכע זענען טיילמאָל פאַרוואַנדלט געוואָרן (אין דער צייט פון אלכסנדר ינאי המלך און שפּעטער) אין בלוטיגע ברידער-מלחמות.
וועגן דער אָפּשטאַמונג פון די צדוקים און אויך זייער וועזן און אפילו וועגן דעם נאָמען זעלבסט, זענען פאַרהאַן פאַרשידענע מיינונגען, און עס זענען געשריבן געוואָרן וועגן דעם פיל אָפּהאַנדלונגען. אין אבות דרבי נתן ווערט דערציילט דער באַקאַנטער ספּור, אַז דער תנא אַנטיגנוס איש סוכוֹ (געלעבט ווארשיינלעך אַרום דעם 9טן יאָר-הונדערט פאַר דער געווענליכער צייט-רעכענונג) האָט געהאַט צוויי תלמידים, צדוק און בייתוס, וועלכע האָבן געהערט פון זייער רבין די ווערטער (אין דער משנה אבות א'), אַז מען דאַרף דינען גאָט נישט אויף צו באַקומען באַלוינונג, און זיי האָבן עס אויסגעטייטשט, אַז עס איז איבערהויפּט נישטאָ קין "יענע וועלט", און זיי האָבן געגרינדעט די סעקטע צדוקים וביתוסים. אויך פלאוויוס אין "קדמוניות" בוך 18 און "מלחמות" בוך 2 זאָגט, אַז די צדוקים האָבן נישט געגלויבט אין שכר ועונש אויף יענער וועלט. פון דער צוייטער זייט איז אָבער שווער צו פאַרשטיין ווי אַזוי האָט געקאָנט זיין א אידישע רעליגיעזע סעקטע, וואָס האָט נישט געגלויבט אין יענער וועלט, וואָס דאָס איז דאָך דער יסוד פון רעליגיע בכלל.
אין דער גמרא ווערן דערמאנט די מחלוקות צווישן די צדוקים און די פּרושים מייסטנס וועגן פרטים און אויסטייטשונגען פון מצוות, ווי למשל, אַז "ממחרת השבת" (ווען מען דאַרף ברענגען דעם עומר) מיינט מען נישט צומאָרגנס פון יום-טוב פּסח, נאָר צומאָרגנס פון שבת (מנחות פּרק י); אָדער אין ציוויל-רעכט ווי למשל וועגן עדים זוממין (חגיגה ט"ז) ירושה (מגילת תענית) וכדומה.
פון פלאוויוס און אויך פון דער דערמאנטער שטעלע אין אבות דרבי נתן ("שהיו משתמשים בכלי כסף וכלי זהב") איז צו זען, אַז די צדוקים זענען באַשטאַנען מייסטנס פון די רייכע קלאַסן, מיליטער-פירער, די רייכע כהנים, אין קעגנזאַץ צו די פּרושים, וועלכע זענען געווען די פירער פון ברייטערע פאָלקס-שיכטן.
לויט דער מיינונג פון אברהם גייגער (אין זיין "אורשריפט") זענען די צדוקים אָרגאניזירט געוואָרן דורך די אָפּשטאַמענדע כהנים יחסנים פון די בני צדוק, וועלכע זענען באַזייטיגט געוואָרן פון דער כהונה גדולה דורך דער חשמונאים-דינאסטיע.
אין דער גמרא ווערן די צדוקים דערמאנט אין א סך ערטער (זע רשימה אין "ערוך השלם" פון קאהוט זוכוואָרט "צדק").
אין מגילת תענית ווערט דערציילט, אַז די צדוקים האָבן געהאַט אַן אייגענעם קאָדעקס, "ספר גזרתא", לויט וועלכן זיי האָבן געמשפּט.
אין דער לעצטער צייט האָט מען געפונען אין דער "גניזה" א ספר "ברית דמשק", וועמענס מחבר זאָל האָבן געווען אַ צדוקי (דאָס איז נישט זיכער).
נאָכן חורבן פון 2טן בית חמקדש זענען די צדוקים אַזוי ווי פאַרשוואונדן. אָבער עס זענען פאַרהאן מיינונגען (גייגער, פּאָזנאַנסקי), אַז רעשטלעך פון די צדוקים האָבן עקזיסטירט אויך שפּעטער, און זיי האָבן געפירט דעם קאַמף קעגן דער תורה שבעל פּה; טייל קאַראַאימער זאָגן, אַז די קאַראַאימישע סעקטע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 8טן יאָרהונדערט דורך ענן, איז אַ פאָרזעצונג פון די צדוקים. לויט דער מיינונג פון גייגער (אין זיין "אורשריפט") זענען שפּורן פון אַ סך צדוקישע הלכות פאַרבליבן אין מכילתא, ספרי, תרגום יונתן בן עוזיאל וכדומה. גייגער און אַ ריי אַנדערע רעפאָרמער האָבן געפּרואווט צו באַנוצן זיך דערמיט אין פּראקטישן לעבן, אין קאַמף פון דער רעפאָרם קעגן אָרטאָדאָקסישן אידנטום.
ביבליאגראפיע
- קראָכמאַל "מורה נבוכי הזמן"
- ווייס "דור דור ודורשיו"
- גייגער "אורשריפט"
- הלוי "דורות הראשונים" (ער האַלט, אַז דאָס זענען געווען די מתיונים, די העלעניזירטע אַסימילאַטאָרן, וועלכע האָבן געלייקנט אין יעדער רעליגיע איבערהויפּט).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!