רוי:פיער דע פערמא

פראנצויזישער מאטעמאטיקער און יוריסט
פיער דע פערמא

פיער דע פערמאַ (פראנצויזיש: Pierre de Fermat;‏ 17טן אויגוסט 160112טן יאנואר 1665), א פראנצויזישער אדלמאן, איז געווען פון די גרעסטע מאטעמאטיקער פונעם 17טן יארהונדערט. פערמא איז געווען א יוריסט, און האט געארבעט אין מאטעמאטיק ווי א האבי, דעריבער האט מען אים גערופן "פרינץ פון די אמאטארן".

פערמא האט שטודירט אינעם אוניווערסיטעט פון טולוז, און נאכהער איז ער אריבער קיין בארדא, וואו ער האט אנגעהויבן זיינע ערשטע ערנסטע פארשונגען אין מאטעמאטיק. פון בארדא איז פערמא אריבער קיין ארליאן פאר אקאדעמישע שטודיעס. ער האט באקומען א דיפלאם אין ציווילן געזעץ און האט געדונגען א ביורא אינעם פארלאמענט אין טולוז. ביז 1631 האט ער געארבעט ווי אן אדוואקאט אין טולוז. אין 1652 האט מען אים פראמאווירט צום העכסטן אמט אינעם קרימינעלן געריכט.

פערמא איז געוואוסט ווי דער פאטער פון נומערן טעאריע. זיינע דערגרייכן, זיינע השערות און זיינע פראבלעמען וואס ער האט ארויפגעברענגט אין נומערן טעאריע האבן צוגעברענגט צו א שטארקער אנטוויקלונג פון דער טעאריע אין שפעטערדיקע דורות. פערמא'ס ביישטייערונג צו דער אנטוויקלונג פון מאטעמאטיק האבן אים מזכה געווען מיטן טיטל "דער גרעסטער פראנצויז אינעם 17טן יארהונדערט".

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!