רוי:עסציטאלאפראם

 

עסציטאַלאפּראַם (מיט האנדל־נעמען לעקסאַפּראָ און ציפּראַלעקס) איז אן אנטידעפּרעמירן מעדיצין, וואָס ווערט געניצט היינטיגע טעג. עסצילאַטאפּראַם איז נישט פאררעכנט אלס א הארבע נערוון פּיל, נאָר א מעדיצין, וואָס ווערט היינט גענוצט דורך א ריזן פּראָצענט פונעם געהעריקן פּובליקום, גרויסע פירער און וואָס האָבן פיל דרוק, א סך וואָס גייען אדורך א טראוומע, ווערן געשטיצט עס צו נעמען. מ'זאָגט אן ערנסט ווערטל, אז בקרוב וועט זיין אויסגעשטעלט, אזויווי א פובליקער טעלעפאן אָדער א סאדע מאשין, אויכעט א קעסטל וואוּ מ'וועט קענען קויפן לעקסאַפּרא, אז ס'זאָל זיין צו באקומען צוליב דעם פולן פארלאנג.

עסציטאַלאפּראַם איז דערפונדן געוואָרן אין די לעצטע יאָרצענדליקער, און האָט ממש אויפגעטון א וועלט אינעם גייסטיג געזונטן פעלד, אזוינס וואָס איז גאָר הויך געשאצט.

דאָס פּראָצעדור דערפון איז פון אָנהייב נישט לייכט, ווייל עס שלאָגט זיך מיט די דעפּרעסיע געפילן, און עס איז נישט ראטזאם צו געבן פאר יוגנטליכע אונטער א באזעצענעם עלטער, ווייל עס קען ברענגען געפילן פון זעלבסטמאָרד, אָבער פון העכער צוואנציג איז דאָס שוין יאָ געבליך. דאָס קורצטע טערמין איז זעקס חדשים, די לענגסטע - ס'דאָ וואָס זענען דערויף יאָרן. ווען נאָך צוויי וואָכן דערויף ווערט מען צוגעוואוינט און עס מאכט דעם מענטש ממש איבער.

דער מענטש קען אָנהייבן קלערן נארמאַל, לעבן נארמאַל, אָנהייבן א ניי פריילעך לעבן, און בעיקר פונקציאָנירן הונדערט פּראָצענט נארמאַל, און גאָר שטייגן אינעם לעבן ציל הויכע שטיפעס.

עס מאכט זיך, לויט די אויספאָרשונגען, א מעגליכקייט פון עצירות ווען מען נעמט עסצילאַטאפּראַם.

פאָלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון רעגולערע מענטשן וואָס באנוצן זיך דערמיט

  • פי. פי. די.
  • עי. בי. די. פעלוויס, ווייטאגן

אויך איז דאָ די מעדיצין קלאָנאַזעפּאַם, וואָס גייט צוזאמען אָבער פאר א גאָר וויכטיגע קורצע טערמין.

אויך איז פאראנען אן אנדערע מעדיצין אזויווי לעקסאפּראָ, וואָס הייסט עפעקסאָר XR וואָס איז פאר דאגה, פחד און אָפּגעשלאָגענע מוט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!